טיפן פאר אפעלירן א החלטה פון FEMA

Release Date Release Number
011
Release Date:
אָקטאָבער 14, 2021

ניו יארק -- איר האט אפליקירט צו FEMA פאר קאטאסטראפע הילף נאכדעם וואס הוריקאן איידע האט אדורכגעריסן ניו יארק, און איר האט באקןמען א בריוו. איר זענט נישט זיכער וואס דארט שטייט, אבער איר מיינט אז עס איז נישט גוט.

אפט, שיקט FEMA ארויס די סארטן בריוו ווען עס פעלט אינפארמאציע אין אייער אפליקאציע.  אפשר האט איר נישט געצייגט באווייז ווער איר זענט, אדער באווייז אז דאס הויז איז אייערס, אדער באווייז אז איר האט געוואוינט אינעם הויז מערסטן טייל פון יאר פאר איידע. דא זענען טיפן ווי אזוי צו שרייבן א בריוו צו אפעלירן א החלטה פון FEMA.

איר האט 60 טעג צו שיקן FEMA אייער אפעלאציע

דער וויכסטיגסטער טייל פוו דער אפילאציע פראצעס איז צו וויסן ווי לאנג איר האט צו פארטיידיגן אייער קעיס. רעכנט 60 טעג פון דער דאטע וואס FEMA האט אינעם החלטה בריוו. דאס איז דער דאטע ארום צו רינגלען אויפן לוח אייך צו דערמאנען ווען עס איז דער לעצטער טאג צו שיקן FEMA אייער אפעלאציע. נעמט אין באטראכט אז נאכדעם וואס FEMA באקומט אייער בריוו, קענט איר באקומען א טעלעפאן אדער א ווייטערדיגע בריוו וואס בעט נאך אינפארמאציע.

לייענט FEMA'ס בריוו פארזיכטיגערהייט איידער איר שרייבט אייער אפעלאציע

איר וועט דארפן פארשטיין פארוואס FEMA האט געזאגט אז די אפליקאציע איז ''נישט פאסיג'' אדער אז הילף איז פאר אייך אפגעזאגט געווארן, אדער אז FEMA האלט זיך צוריק פון מאכן א החלטה וועגן אייער אפליקאציע. אפט, איז דער סיבה פשוט אזוי ווי דאקומענטן וואס פעלן אדער אינפארמאציע. לייענט FEMA'ס בריוו פון אנהייב ביזן סוף אייך העלפן פארשטיין וואס דער ביורא בעט אייך טון.

 זייט כולל באווייז צו שטיצן אייער אפעלאציע פארלאנג

אייער אפעלציע בריוו אליין איז נישט גענוג פאר FEMA צוריק צו ציען איר החלטה. איר דארפט האבן באווייז צו שטיצן אייער טענה אין אייער אפעלאציע. עס איז וויכטיג צו צולייגן די דאקומענטן אדער אינפארמאציע וואס FEMA פאדערט. דא האט איר וואס צו צולייגן מיט אייער בריוו:

  • א קאפיע פון דעם FEMA בריוו וואס זאגט אפ אייער הילף, אדער אז די ביורא איז נישט געקומען צו א החלטה.
  • אינשורענס בריוו: אייער אינשורענס קאמפאני קען מעגלעך אייך נאר געבן א קליינטשיגער טייל פון וואס איר דארפט צו פארריכטן אייער שטוב, נישט גענוג אייך העלפן אריינציען אין אן אנדער פלאץ, מעגלעך נישט גענוג צו אויסבייטן געוויסע חפצים. געדענקט אז FEMA קען אייך נישט געבן קיין גרענט פאר עפעס וואס אייער אינשורענס קאמפאני האט אייך שוין געצאלט דערויף.
  • באווייז פון באוואוינונג: א קאפיע פון א לעקטער אדער טעלעפאן ביל, א דרייווערס לייסענס, א דינגאפמאך אבער באנק חשבון, א לאקאלע שולע דאקומענט, מאטאר וויהיקל רעגיסטראציע אדער א בריוו פון אן ארבעטגעבער. די אלע קענען גענוצט ווערן צו באווייזן אז דאס געשעדיגטע הויז אדער געדינגענע-דירה איז אייער הויפט וואוינונג. ''הויפט'' מיינט אז איר האט דארט געוואוינט א גרויסן טייל פון יאר.
  • באווייז פון אייגנשאפט: מארטגעדזש אדער אינשורענס דאקומענטן; שטייער קבלות אדער אן אייגנטימער שטר; קבלות פון גרויסע רעמאנט אדער פארבעסערונגען דאטירט צוריק ביז 2016; אדער א דאקומענט פון געריכט. אויב אייערע דאקומענטן זענען פארלוירן געווארן אדער חרוב געווארן, קליקט אויף www.usa.gov/replace-vital-documents פאר אינפארמאציע ווי אזוי דאס אויסבייטן.
  •  קבלות און שאצונגען: לייגט צו דאקומענטאציעס אזוי ווי היים רעמאנט קבלות, שאצונגען פאר רעמאנט, שאצונגען פון קאנטראקטארס אדער אינפארמאציע פון אייער אינשורענס קאמפאני.

איר קענט נישט אליין שרייבן די אפעלאציע?  טרעפט איינעם דאס צו שרייבן פאר אייך

  • אויב איר זענט דער אפליקאנט אבער איר קענט נישט שרייבן די אפעלאציע אליין, טרעפט איינעם דאס צו שרייבן פאר אייך. עס קען זיין איינער אין אייער הויזגעזינד, א פריינד אדער אן אדוואקאט. אבער מאכט זיכער אויס צו פאלגן עטלעכע  דירעקטיווס. לאזט FEMA וויסן, אין אן אונטערגעשריבענעם באריכט, אז דער שרייבער איז אויטאראזירט איינצוגעבן די אפעלאציע אין אייער נאמען. ספעציעליסטן אין FEMA'ס הילפליין קענען אייך עצה'ן וואס צו שרייבן אין אייער אפעלאציע בריוו און צושטעלן אינפארמאציע אויף אסאך אנדערע טעמעס אויסער אפעלאציעס.
    •  רופט FEMA הילפליין אויף 800-621-3362 אדער VRS (ווידעא אריבערטראג סערוויס).  די ליניעס זענען אפן פון 8 אינדערפרי ביז 7 ביי נאכט זיבן טאג א וואך.

שיקט מיט דער פאסט, פאַקסט, אדער לאדנט ארויף אייער אפעלאציע בריוו; פארגעסט נישט אונטער צו שרייבן און דאטירן

  •  איר האט 60 טעג פונעם טאג פון אייער החלטה ברעוו צו שיקן מיט דער פאסט, פאקסן אדער ארויפלאדנען אויב איר ווילט אז FEMA זאל איבערקלערן איר ערשטע החלטה. שרייבט אונטער און דאטירט אייער אפעלאציע. און פארגעסט נישט אריינשרייבן אייער ניין-ציפערן FEMA אפליקאציע נומער אויף יעדן בלאט, אייער קאטאסטראפע נומער  (FEMA-4615-DR-NY), און דאקומענטן איר קענט צייגן אלץ באווייז.
    • שיקט צו: FEMA National Processing Service Center, P.O. Box 10055, Hyattsville, MD 20782-8055 
    • פאקס: 800-827-8112, אופן אדרעס פון: FEMA
    • צו עפענען א FEMA אנליין קאנטע אדער ארויפלאדנען דאקומענטן אנליין, גייט צו www.DisasterAssistance.gov, קליקט אויף “Check Status”  און פאלגט נאך די אינסטרוקציעס.

וואס איר קענט ערווארטן נאכן איינגעבן אייער אפעלאציע בריוו

איר האט געשריבן אייער אפעלאציע און עס געשיקט צו FEMA וויינגער ווי 60 טעג פון ווען איר האט דערהאלטן זייער החלטה בריוו. יעצט וואס טוט מען? איר קענט מעגלעך באקומען א טעלעפאנישער קלונג אדער א בריוו פון FEMA בעטנדיג נאך אינפארמאציע. אדער FEMA קען באשטעלן נאך אן אינספעקשן פון אייער הויפט וואוינונג. ווי ס'זאל נישט זיין,  איינמאל איר האט געשיקט פאר FEMA אן אפעלאציע, קענט איר זיך ריכטן אויף אן ענטפער ביז 90 טעג נאכדעם ווי FEMA דערהאלט עס.

דערמאנונגען:

  • מענטשן מיט נידעריגע-הכנסות וואס באגעגנען זיך מיט לעגאלע פראבלעמען צוליב הוריקאן איידע קענען רופן אן אומזיסטע נומער פאר הילף: 888-399-5459. אויב איר ווילט א לעגאלע סערוויס צושטעלער זאל אייך רופן, פילט אויס א פארם ביי https://nysba.org/ida. ביישפילן פון לעגאלע הילף צו באקומען איז כולל:
    • הילף צו באקומען רעגירונג בענעפיטן
    • הילף מיט לעבנס, מעדיצינישע און נכסים אינשורענס תביעות
    • הילף מיט היים-רעמאנט קאנטראקטס און קאנטראקטארס
    • צוריקשטעלן צוואות און אנדערע  וויכטיגע לעגאלע דאקומענטן פארלוירן אדער פארלענדט געווארן אין דער קאטאסטראפע.
    • קאנסומענט אפהיט ענינים אזוי ווי פרייז-באשווינדלונג און פארמיידן קאנטראקטאר סקאנדאלן בשעת'ן צוריקבויען
    • עצות וועגן מארטגעדזש- קאסירונג פראבלעמען.
    • עצה'ן וועגן בעל הבית-דינגער פראבלעמען
  • ס'איז וויכטיג צו געדענקען אז FEMA הילף איז נישט קיין פארטרעטער פאר די אינשורענס און קען נישט צוריקצאלן פאר אלע פארלוסטן וואס די קאטעסטראפע האט גורם געווען; ס'איז געצילט צו צושטעלן די געוויינלעכע געברויכן און צוגעבן קאטאסטראפע  קאמפענסאציע באמיאונגען.
  • אזוי אפליקירט מען פאר הילף פון FEMA: באזוכט DisasterAssistance.gov, נוצט די FEMA מאבילע אפ אדער רופט FEMA הילפליין 800-621-3362 (VRS). די ליינס זענען אפן פון 8 צופרי ביז 7 ביי נאכט זיבן טאג א וואך, און טעלעפאניסטן קענען אייך פארבינדן מיט א ספעציאליסט וואס רעדט אייער שפראך.
  • אויב איר נוצט א טראנסמיסיע סערוויס אזוי ווי א ווידעא אריבערטראג סערוויס, א פארשריבענע טעלעפאן סערוויס אדער אנדערע, גיט FEMA דעם נומער פון יענע סערוויס.
    •  איר קענט אויך באזוכן א קאטאסטראפע קאמפענסאציע צענטער און זיך טרעפן פנים-אל-פנים מיט FEMA פערסאנאל און רעפרעזענטאטיווען פון אנדערע פעדעראלע און שטאַט ביוראס וואס קענען צושטעלן אינפארמאציע וועגן קאטאסטראפע הילף. צו טרעפן א קאמפענסאציע צענטער לעבן אייך, באזוכט DRC Locator (fema.gov).
       
    •  דער טערמין אָנצוגעבן פאר FEMA קאטאסטראפע הילף איז מאנטאג, דעצעמבער 6.
  • פאר נאך אנליין מקורות ווי אויך FEMA אראפלאדעוודיקע פּאַמפלעטן און אנדער הילף, באזוכט DisasterAssistance.gov און דרוקט אויף ''אינפארמאציע.''
  • פאר רעקאמענדאציעס צו ביוראס וואס שטיצן קהילה-ספעציפישע באדארפענישן, קאנטאקט אייער נאענטסטע 211Counts צענטער אין https://www.211nys.org/contact-us. פאר ניו יארק סיטי איינוואוינער, רופט 311.
Tags:
לעצטע ופּדאַטעד