דינגערס קענען זיין פאסיג צו באקומען קאטאסטראפע הילף

Release Date Release Number
008
Release Date:
September 30, 2021

ניו יארק -- פעדעראלע קאטאסטראפע הילף איז נישט בלויז פאר אייגנטימער. ס'איז אויך צו באקומען פאר דינגערס, און קען דעקן אזעלכע אויסגאבן ווי מעבל, אפאראטן וואס זענען שייך צו דער ארבעט, פארריכטן דעם אויטא, אפילו מעדעצינישע און ציין בילס וואס זענען געשען צוליב דער קאטאסטראפע.

דינגערס אין די בראנקס, קינגס, נאסאו, ריטשמאנד, ראקלענד, סופאלק און וועסטשעסטער קאונטיס וואס האבן געהאט שאדנס, פארלוסטן אדער קענען נישט וואוינען אין זייערע הייזער נאך הוריקאן איידע קענען זיין פאסיג צו באקומען הילף פון FEMA און די US קליינע ביזנעס אדמיניסטראציע.

אויב איר האט דינגערס אינשורענס, זאלט איר קודם רופן אייער אינשורענס פראוויידער איינגעבן א תביעה. דערנאך אפליקירט צו FEMA. אויב איר זענט אינשורט, מוזט איר צושטעלן FEMA מיט אינפארמאציע פון אייער אינשורענס פראוויידער, וואס קען כולל זיין אן אויסגלייך אדער אן אפזאג.

 FEMA דינגערס הילף איז געצילט צו דעקן דאס חודש'לעכע דירה-געלט און קאסט פון נייטיגע עפנטלעכע נוציגקייטן (אזוי ווי גאז, לעקטער און וואסער). FEMA גרענטס קענן אויך גענוצט ווערן פאר א דאראנטיע-אדרויף אבער נישט פאר קיין טעלעפאן, קאבעל אדער אינטערנעט סערוויס.

דינגערס מוזן קענען באווייזן אז זיי האבן געוואוינט אין די קאטאסטראפע-געשעדיגטע הויפט וואוינונג איידער באקומען FEMA,ס הייזער הילף און עטלעכע אנדער נייטיגע הילף פון FEMA (למשל, פערזענלעכע פארמאג  און פאר איבערפירן און האלט-קאמער אויסגאבן).

 צו באווייזן דאס באוואוינען, קען אן איבערלעבער איינגעבן צו FEMA: א דינגאפמאך אדער א וואוין הסכם, דירה-געלט קבלות, עפנטלעכע-נוציגקייט בילס, הענדלער באריכטן, פובליק באאמטעס דעקלעראציע, אידנטיפיקאציע קארטלעך, סאציאלע סערוויס ארגאניזאציע דאקומענטן, לאקאלע שולע דאקומענטן, פעדעראלע אדער סאעיט בענעפיט דאקומענטן, מאטאר וויהיקל רעגיסטראציע, אפידייוויד פון וואינארט, אדער אנדערע געריכט דאקומענטאציע און מאבילע-היים פארק דאקומענטאציע. FEMA'ס הילפליין ספעציעליסטן 800-621-3362 (711/VRS) קענען צושטעלן מער אינפארמאציע וועגן אננעמלעכע דאקומענטן, זייערע דאטומס און באשרייבונגען. 

דינגערס קענען ווערן פאררופן אויף די US קליינע ביזנעס אדמיניסטראציע, וואס שטעלט צו נידעריגע-ריבית קאטאסטראפע הלוואות פאר איבערלעבער. SBA הלוואות קענען העלפן מיט פארלוסטן נישט געדעקט ביי אינשורענס. דינגערס קענען אפליקירן פאר הלוואות ביז $40,000 צו פארריכטן געשעדיגטע אדער חרוב-געמאכטע שטובזאכן אינהאלט ווי אויך קליידונג, מעבל, אפאראטם, און אנדערע פערזענלעכע פארמאג אריינגערעכנט אויטאס. יענע וואס קוואליפיצירן נישט פאר א SBA הלוואה קענען ווערן צוריק איבערגעפירט צו FEMA'ס אנדערע נייטיגקייטן הילף גרענט פראגראם.

 אויב איר זענט פאררופן געווארן צו SBA, זאלט איר אויספילן און איינגעבן דח אפליקאציע. אויב אייער אפליקאציע ווערט באשטעטיגט, זענט איר נישט מחוייב אנצונעמען די הלוואה אבער אינגאנצן נישט איינגעבן די אפליקאציע קען אייך דיסקוואליפיצירן פון אנדערע מעגלעכע FEMA הילף.

עס זענען פאראן עטלעכע וועגן צו אפליקירן פאר FEMA הילף.

  • באזוכט DisasterAssistance.gov, נוצט די FEMA מאבילע אפ אדער רופט FEMA הילפליין 800-621-3362 (711/ VRS). די ליינס זענען אפן פון 8 צופרי ביז 7 ביי נאכט זיבן טאג א וואך, און טעלעפאניסטן קענען אייך פארבינדן מיט א ספעציאליסט וואס רעדט אייער שפראך. אויב איר נוצט א טראנסמיסיע סערוויס אזוי ווי א ווידעא אריבערטראג סערוויס, א פארשריבענע טעלעפאן סערוויס אדער אנדערע, גיט FEMA דעם נומער פון יענע סערוויס.

FEMA האט אויך געעפענט קאטאסטראפע קאמפענסאציע צענטערס וואו איר קענט זיך טרעפן פנים-אל-פנים מיט FEMA פערסאנאל און רעפרעזענטאטיווען פון אנדערע פעדעראלע און שטאַט ביוראס וואס קענען צושטעלן אינפארמאציע וועגן קאטאסטראפע הילף. צו טרעפן א קאמפענסאציע צענטער לעבן אייך, באזוכט DRC Locator (fema.gov).

צו אפליקירן פאר א SBA הלוואה, באזוכט SBA'ס פאזיכערטע וועבזייטל https://DisasterLoanAssistance.sba.gov.


 איר קענט אויכעט אימעילן https://DisasterLoanAssistance.sba.gov אדער רופט SBAס קונה סערוויס סענטער 800-659-2955 פאר מער אינפארמאציע.

דעם לעצטן טאג צו אפליקירן פאר FEMA הילף איז פרייטאג, נאוועמבער 5.

פאר נאך אנליין מקורות ווי אויך FEMA אראפלאדעוודיקע פּאַמפלעטן, באזוכט DisasterAssistance.govאון דרוקט אויף ''אינפארמאציע.''

פאר רעקאמענדאציעס צו ביוראס וואס שטיצן קהילה-ספעציפישע באדארפענישן, קאנטאקט אייער נאענטסטע 211Counts צענטער אין https://www.211nys.org/contact-us אדער רופט 211. פאר ניו יארק סיטי איינוואוינער, רופט 311.

פאר די לעצטע נייעס וועגן ניו יארקס הוריקאן איידע קאמפענסאציע באמיאונגען, באזוכט fema.gov/disaster/4615. גייט אונדז נאך אין טוויטער twitter.com/femaregion2 און www.facebook.com/fema.

Tags:
Last updated