אפט געפרעגטע פראגעס: אויפקלערן דעם אמת וועגן FEMA's הילף פאר הוריקאן איידע- NYאפט געפרעגטע פראגעס: אויפקלערן דעם אמת וועגן FEMA's הילף פאר הוריקאן איידע- NY

Release Date:
דעצעמבער 3, 2021

 

פראגעס קענען אונטערקומען אזוי ווי די איינוואוינער פון דער בראנקס, דאטשעס, קינגס, נאסאו, אראנדזש, קווינס, ריטשמאנד, ראקלענד, סופאלק און וועסטשעסטער קאונטיס  מיט שאדנס אדער פארלוסטן גורם געווען ביי הוריקאן איידע, אפליקירן צו FEMA פאר קאטאסטראפע הילף.

דא זענען ענטפערס צו די וואכיגע אפט געפרעגטע פראגעס:

ש: מיין געדינגענע דירה איז פארפלייצט געווארן ביי הוריקאן איידע. קען FEMA העלפן מיטן קאסט פון פארבייטן די מעבל וואס איך האב פארלוירן? 

ת: אויב איר האט נישט קיין אינשורענס אויף אייער פערזענלעכע רכוש אדער אייער אינשורענס איז נישט געווען גענוג צו דעקן די שאדנס פון הוריקאן איידע, קען אייך FEMA איבערשיקן צו דער US קליינע ביזנעס אדמיניסטראציע, וואס שטעלט צו נידעריגע-ריבית קאטאסטראפע הלוואות צו אייגנטימערס, דינגערס און ביזנעסעס. אויב איר זענט נישט פאסיג פאר א SBA הלוואה, וועט אייך SBA צוריק איבערשיקן צו FEMA, וואס קען מעגלעך עפענען א טיר צו הילף אונטער FEMA's אנדערע געברויכן הילף פראגראם. יענע הילף האט בדעה צו צושטעלן די  יסודות'דיגע געברויכן פון א הויזגעזינד, נישט אויפצוריכטן אלע פערזענלעכע רכוש צו זייער אריגינאלן צושטאנד. מעבל און אפאראטן וואס זענען געשעדיקט געווארן אדער פארניכטעט פונעם שטורעם זענען צווישן די זאכן וואס קענען זיין פאסיג פאר א קאטאסטראפע הילף גרענט.

ש: מיין FEMA באשטימונג בריוו זאגט אז איך מוז קויפן און אנהאלטן פלייץ אינשורענס אויף מיין הויז. וואס איז אויב איך וויל נישט קויפן קיין פלייץ אינשורענס?

ת: אויב איר האלט נישט ביים קויפן און אנהאלטן פלייץ אינשורענס, מוזט איר אפזאגן דעם FEMA פרעמיע און צוריקגעבן אלע קאטאסטראפע הילף געלטער וואס איר האט באקומען פאר פארזיכערונג פאר אייער הויז און פערזענלעכע רכוש אונטער דער נאציאנאלע פלייץ אינשורענס פראגראם. איר האט 30 טעג פון דעם דאטום פון דעם FEMA פרעמיע באשטימונג בריוו צוריק צו געבן אייער פרעמיע און אפזאגן FEMA's הילף. לערנט מער פארוואס איר דארפט האבן פלייץ אינשורענס און ווי אזוי דאס צו קויפן ביי Floodsmart.gov.

ש: איך האב נישט איינגעגעבן קיין תביעה צו מיין אינשורענס קאמפאני. קען איך באקומען הילף פון FEM צו פארריכטן מיין שטוב?

ת: FEMA קען אייך נישט צושטעלן הילף אויב איר האט שוין אינשורענס דעקונג. FEMA וועט דאס רעכענען אלץ א ''פארטאפלונג פון בענעפיטן.'' איר זענט געפאדערט צו לאזן וויסן FEMA פון אלע אינשורענס דעקונג וואס איר קענט האבן וואס איר קענט נוצן פאר אייער קאטאסטראפע-פארשאפטע געברויכן. אויב איר האט אינשורענס, מוזט איר איינגעבן א תביעה אויף אינשורענס. פארזיכערטע אפליקאנטן מוזן צושטעלן אינשורענס דאקומענטאציע אזוי ווי אינשורענס אויסגלייך, בענעפיטן אדער באדין-אפשטעל איידער FEMA וועט זיך רעכענען מיט אייער פאסיגקייט צו באקומען הילף. 

ש: מיין קאונטי איז נישט אריינגערעכנט אין דער פעדעראלע קאטאסטראפע דעקלאראציע. צי מיינט עס אז איך קען נישט באקומען הילף פון FEMA?

ת: יא. די קאטאסטראפע דעקלאראציע באשטימט וועלכע קאונטיס אין ניו יארק סטעיט זענען פאסיג צו באקומען פעדעראלע הילף. פאר די הוריקאן איידע קאטאסטראפע, קענען נאר איינוואוינער פון דער בראנקס, דאטשעס, קינגס, נאסאו, אראנדזש, קווינס, ריטשמאנד, ראקלענד, סופאלק און וועסטשעסטער קאונטיס וואס האבן געהאט שאדנס אדער פארלוסטן פונעם שטורעם אפליקירן פאר FEMA קאטאסטראפע הילף.

ש: FEMA האט מיך איבערגעשיקט צום US קליינע ביזנעס אדמיניסטראציע צו אפליקירן פאר א הלוואה.. SBA זאגט אז איך בין נישט פאסיג פאר א הלוואה און האט מיך צוריק איבערגעשיקט צו FEMA. וואס טו איך יעצט?

ת: אויב SBA האט באשטעטיגט אז איר פאסט זיך נישט צו פאר די פאדערונגען צו באקומען א הלוואה, קען אייך SBA צוריק איבערשיקן צו FEMA. FEMA וועט אדורכקוקן אייער אפליקאציע צו באשטעטיגן אויב איר זענט פאסיג צו באקומען פינאנציעלע הילף אונטער איר 'אנדערע געברויכן הילף פראגראם.' איר קענט מעגלעך קוואליפיצירן צו באקומען פינאנציעלע הילף צו פארריכטן אדער בייטן פערזענלעכע רכוש, טראנספארטאציע, איבערפירן און סטארעדזש אפצאל, און אנדערע קריטישע געברויכן וואס שטיצט אייער קאמפענסאציע.

ש: וואס פארא דאקומענטן דארף איך האבן צו אפליקירן פאר FEMA קאטאסטראפע הילף?

ת: שפארט איין צייט אויסצופילן אייער אפליקאציע ווען איר האט די אינפארמאציע צו דער האנט:

  • אייער נאמען און סאשעל סעקיוריטי נומער 
  • נאמען און סאשעל סעקיוריטי נומער פון א צווייטראנגיקער אדער א מיט-אפליקאנט
  • אייער יעצטיגער און פארן-קאטאסטראפע אדערעס 
  • נעמען פון אלע איינוואוינער פון דער פארן-קאטאסטראפע אדערס
  • אייער יעצטיגע קאנטאקט אינפארמאציע
  • סארטן אינשורענס פונעם הויזגעזינד
  • הויזגעזינדס פארן-קאטאסטראפע יערלעכע ברוטא הכנסה
  • פארלוסט גורם געווען ביי דער קאטאסטראפע
  • באנק אינפארמאציע פאר דירעקטע דיפאזיט פון פינאנציעלע הילף, אויב פארלאנגט.

 

ש: וואס ווערט גערעכנט ביי FEMA א הויזגעזינד? דארפן מיר אלע זיין בלוט קרובים?

ת: יעדער דערוואקסענער און קינד וואס האט געוואוינט אין דעם הויז פאר דער קאטאסטראפע ווערט גערעכנט אייער הויזגעזינד, אפילו אויב זיי זענען נישט קיין משפחה. א קינד וואס וואוינט ביי אייך אבער איז אוועק אין שולע ווערט אויך גערעכנט א מיטגלידער פון אייער הויזגעזינד. יעדעס הויסגעזינד דארף אויספילן נאר איין אפליקאציע מיט FEMA פאר קאטאסטראפע הילף.

ש: וואס איז אויב איך האב א שכן וואס דינגט ביי מיר א צימער און איז נישט טייל פון דער משפחה?

ת: א שכן וואס דינגט ביי אייך א צימער אדער א באזונדערע דירה אין אייער הויז קען אפליקירן באזונדער אויב דער שכן קען ווייזן אז ער אדער זי האט א געשעפטלעכע שייכות מיט אייך. אין אנדערע ווערטער, דער שכן מוז האבן א יעצטיגן געשריבענעם דינגאפמאך אדער הויז הסכם וואס איז געווען אפעקטיוו פאר דער קאטאסטראפע.

ש: וועל איך דארפן באצאלן שטייערן אויפן געלט וואס איך באקום פון FEMA?

ת: FEMA הילף ווערן נישט גערעכנט אלץ הכנסה און זענען נישט שטייערדיג. עס וועט נישט אפעקטירן אייער פאסיגקייט פאר מעדיקעיר, מעדיקעיד אדער סאשעל סעקיוריטי.

ש: קען איך נעמען א וואקאציע מיט מיין FEMA געלט?

ת: דארכאויס נישט. אייער FEMA החלטה בריוו וועט אויסלייגן ווי אזוי איר קענט זיך באניצן מיטן געלט וואס איר באקומט. דאס פאלש אויסניצן פון אייער FEMA קאטאטראפע גרענט איז א פעדעראלע פארברעכעריי וואס קען רעזולטירן אין תפיסה, א קנס, אדער ביידע. צו באריכטן אנאנימערהייט דאס פאלש אויסניצן פון FEMA געלטער, רופט 866-720-5721 אדער אימעיל StopFEMAFraud@fema.dhs.gov.

 

ש: וואס פארא אינפארמאציע דארף איך אויפהיטן צו דאקומענטירן מיינע קאטאסטראפע-שייכותדיגע אויסגאבן?

ת: האלט א פארשריבענעם שפור. היט אויף אלע קבלות וואס איר האט פאר קאטאסטראפע-שייכותדיגע אויסגאבן ווי אויך פארריכט אפשאצונגען, קאנטראקטן, בילס און צאלונגען וואס האבן א דירעקטע שייכות צו אייער קאטאסטראפע-פארשאפטע שאדן. לייגט אוועק די דאקומענטן אויף א זיכערן ארט און האלט זיי פאר כאטש דריי יאר.

 

    ש: צי דארף איך ווארטן פאר FEMA צו אינספעקטירן מיין הויז איידער איך הייב עס אן פארריכטן ? 

ת: ניין. ווארט נישט פאר א FEMA אינספעקציע איידער איר הייבט אן פארריכטן. ערשטנס, פילט אויס א תביעה מיט אייער

אינשורענס קאמפאני דערנאך אפליקירט פאר .FEMA אויב איר האט נישט קיין אינשורענס אדער אייער אינשורענס דעקונג אי ז

נישט גענוג צו מאכן אייער שטוב זיכער, לעבעוודיג און פונקציאנעל, קען מעגלעך FEMA העלפן. שיקט קאפיעס פון אייערע

אינשורענס דאקומענטן; דעק ונג, אויסגלייכונגען און/אדער אן החלטה בריוו צו ,FEMA און לייגט אין א זייט סיי וועלכע קבלות,

קאנטראקטס און שאצונגען פארן פארריכטן קאטאסטראפ ע- פארשאפטע שאדנס צו ווייזן דעם אינספעקטאר. דער אינספעקטאר

וועט אייך הייס ן זיי שיקן צו .FEMA

                                 ש: איך האב שוין אפליקירט פאר FEMA הילף. וועט FEMA מיך צוריקצאלן פארן קאסט פון אויסרייניגן מיין דירה נאך

הוריקאן איידע ?

ת: אייגנטימערס און דינגערס וואס זענען באשטעטיגט געווארן צו באקומען FEMA קאטאסטראפע הילף קענען זיין פאסיג פאר אן

איין-מאליגע אפצאלונג צו אדרעסירן פארמינערטע שאדנס וואס דער שטורעם האט גורם געווען אויפן שטוב, אפשאפן פאטנציאלע

פארזיכערונג אינטערעסן און פארמיידן מער פארלוסטן.

                    ש. FEMA האט מיך איבערגעשיקט צום US קליינע ביזנעס אדמי ניסטראציע, אבער איך קען זיך נישט ערלויבן קיין הלוואה.

וואס זאל איך טון?

ת: אויב איר האט אפליקירט פאר FEMA קאטאסטראפע הילף און מ'האט אייך איבערגעשיקט צו US קליינע ביזנעס

אדמיניסטראציע, איז עס וויכטיג אז איר זאלט פארענדיגן און אויספילן אן SBA הלוואה אפליקאציע. אויב איר ווערט באשטעטיגט

פאר אן הלוואה, מוזט איר עס נישט אננעמען. נאכדעם וואס איר אפליקירט, וועט SBA באשליסן צי איר זאלט ווערן צוריקגעשיקט צו

FEMA צו קומען אין באטראכט וועגן אי רע אנדערע געברויכן הילף, וואס איז כולל בייטן וויכטיגע הויזגעזינד זאכן און אנדערע

קאטאסטראפע-שייכ'דיגע אויסגאבן. פאר מער אינפארמאציע, רופט 'SBAס קוני ם-באדינונג צענטער 800-659-2955 אדער

                                                                                                                                                      DisasterCustomerService@sba.gov. אימעילט

                                                                                             ש. איך האב אן אייגן קאנדאו און איך וואוין דערין. בין איך פאסיג פאר FEMA הילף?

ת: אויב איר וואוינט אין איינע פון די ניין קאונטיס וואס זענען דעזיגנירט געווארן פאר פעדעראלע קאטאסטראפע הילף פאר איידע

און דער היזק צו אייער דירה איז נישט געווען געדעקט ביי אייער אינשורענס, קענט איר זיין פאסיג פאר געוויסע סארטן הילף פון

.FEMA ערשטנס, פילט אויס א תביעה מיט אייער אינשורענס קאמפאני דערנאך אפליקירט צו .FEMA שיקט קאפיעס פון אייער

אינש ורענס דעקונג, אויסגלייכונגען אדער אן החלטה בריוו צו .FEMA דער אגענטור וועט איבערקוקן אייער אינפארמאציע און

באשטעטיגן אויף וואסער סארט הילף איר קוואליפיצירט. פאסיגע קאטאסטראפ ע-פארשאפטע שאדנס קען כולל זיין קאמפאנענטן,

אינסטאלאציעס, גע'רערן און אפאראטן אין אייער דירה .

                            ש. די דירה וואס איך דינג ווערט פארראכטן פון שאדנס פון הוריקאן איידע און איך קען מער נישט וואוינען אין איר. וועט

FEMA מיך העלפן באצאלן פאר א צייטוויליגן ארט צו וואוינען?

ת: אויב אייער דירה געפונט זיך אין איינע פון די ניין קאונטיס דעזיגנירט צו באקומען קאטאסטראפע הילף פאר איידע, קענט איר

מעגלעך זיין פאסיג פאר א FEMA גרענט אויף דירה-געלט הילף. די גרענט קען אייך העלפן מיט די קאסטן פונעם גאראנטי, דירה-

געלט, און נייטיגע יוטיליטיס אזוי ווי לעקטער און גאז ביז אייער דירה ווערט פארראכטן.

                                                                                                                                               אופנים צו אפליקירן פאר FEMA קאטאסטראפע הילף :

  •    באזוכט ,DisasterAssistance.gov נוצט די FEMA מאבילע אפ אדער רופט FEMA הילפליי ן .800-621-3362 אויב איר נוצט

א ווידעא אריבערטראג סערוויס ,)VRS( א פארשריבענע טעלעפאן סערוויס אדער אנדערע, גיט FEMA דעם נומער פון יענע

סערוויס. די ליניעס זענען אפן פון 8 אינדערפרי ביז 7 ביי נאכט טאג טעגלעך. דרוקט 2 פאר שפאניש. דרוקט 3 פאר אן

איבערזעצער וואס רעדט אייער שפראך .

  •    איר קענט אויך באזוכן א קאטאסטראפע קאמפענסאציע צענטער און זיך טרעפן מיט FEMA פערסאנא ל און רעפרעזענטאטיווען

פון אנדערע פעדעראלע און סטעיט ביוראס וואס קענען צושטעלן אינפארמאציע וועגן קאטאסטראפע הילף. צו טרעפן א

קאמפענסאציע צענטער לעבן אייך, באזוכט (FEMA.gov). Locator DRC

פאר נאך אנליין מקורות ווי אויך FEMA אראפלאדעוודיק ע ּפאמפלעטן און אנדער הילף, באזוכט DisasterAssistance.gov און

דרוקט אויף ''אינפארמאציע''.

Tags:
לעצטע ופּדאַטעד