דערהײַנטיקונגען צו די FEMA אינדיװידואַל אַסיסטאַנס פּראָגראַמס בעטער אַסיסט פּיפּול מיט דיסאַביליטיס

Release Date Release Number
NR-016
Release Date:
יוני 20, 2024

פֿראַנקפֿאָרט, קי. - פֿריער דעם יאָר, האָט FEMA געלאָזט װיסן דורך אַ פֿעדעראַלע דעקלאַראַציע די דערהײַנטיקונגען צו אומגליק מיטהילף װאָס מע קען קריגן. אָט די בײַטן באַזאָרגן אומגליק שטיץ דורך העכערן די דערגרײכלעכקײט און ראָױדיקײט פֿאַר צעקלאַפּטע מענטשן, משפּחות, און קהילות. 

ערנסטע נויטיק מיטהילף

אָט די פֿאָרעם פֿון מיטהילף דעקט װיכטיקע זאַכן װי װאַסער, עסן, ערשטע הילף, זאַפּאַסן צו געבן צו זײגן, די מילכפֿאָרמל, װינדעלעך, זאַכן פֿאַר דער לײבלעכער היגיענע, ברענװאַרג פֿאַר טראַנספּאָרט אָדער אַנדערע נױט־זאַכן, פֿאַר פּאַסיקע געזינדער. מע קען עס קריגן אין אַלע אומגליקן באַשטימט פֿאַר אינדיװידואַל אַסיסטאַנס, נאָך 16סטן מאַרץ, 2024, אַרײַנרעכענענדיק קענטוקי דיסאַסטער 4782. אלע ראָױע לעבן־געבליבענערס װאָס אַפּליקירן במשך די ערשטע 30 טעג נאָך דעם קענטוקי דיסאַסטער איז באַשטימט געװאָרן, דאָס הײסט, 22 מאַי 2024, קענען דאָס קריגן.

אַז מע קען ראָױ זײַן צו SNA, מוז מע זײַן אַרױסגעשטופּט, נײטיקן זיך מקום־מנוחה אָדער האָבן אַנדערע נױטפֿאַלע קאָסטן צוליב דעם אומגליק אױפֿן אַפּליקאַציע. פֿאָדערט אױך SNA אַן אינספּעקציע צו באַשטעטיקן ראָױדיקײט אײדער מע גיט אַרױס דאָס געלט צו דער אַפּליקאַנט.

מענטשן מיט אינװאַלידקײטן׃ דאָס װעט העלפֿן די װאָס שטײען פֿאַר גרעסערע זעזונט סכּנות װען צו קריגן אינװאַלידיקע־שײַכות זאַפּאַסן איז פֿאַרשפּעטיקט.

דיספּלייסמאַנט אַסיסטאַנס

באַשטימטע מענטשן פֿון קענטוקי מיט אײַליקע װױן־באַדערפֿענישן װאָס קענען נישט צוריקגײן צו זײערע הײַזער מעגן באַקומען געלטער אין פֿאַרױס אַזױ מיטצוהעלפֿן מיט װױנונגען. די געלטער קענען אױך העלפֿן באַצאָלן הוצאות בשעת אַן אינדערװיד זוכט עפּעס װאָס מע קען דינגען. 

דיספּלייסמאַנט אַסיסטאַנס פֿאָדערט אַן אינספּעקציע צו באַשטעטיקען ראָױדיקײט אײדער מע גיט אַרױס דאָס געלט צו דער אַפּליקאַנט.

פּיפּול מיט דיסאַביליטיס׃ דאָס קורץ־טערמיניקע געלט קען אױך העלפֿן באַצאָלן פֿאַר דערגרײכלעכע קװאַרטיר, װי אַמעריקאַנס מיט דיסאַביליטיס אַקט (ADA) װױנונגען.

האַביטאַביליטי קריטעריע

FEMA האָט בעמאַכט גרינגער זײערע דעפֿיניציע פֿון "האַביטאַביליטי" אַרײַנצורעכענען רעפּאַראַטורן צו הײַזער מיט פֿריערדיקן שאָדן װאָס איז געמאַכט ערגער צוליב דעם אומגליק.

פּיפּול מיט דיסאַביליטיס׃ דאָס װעט העלפֿן די אַפּליקאַנטן װאָס האָבן מעדיצינישע אָדער געזונט־שײַכות זאַפּאַסן צו קענען פֿאַרריכטן זײער הײם אַפֿילו זי איז געװען אין אַ שלעכטן צושטאַנד פֿאַרן אומגליק.

דערגרײכלעכקײט פֿאַרבעסערונגען

די פֿון קענטוקי װאָס האָבן אינװאַלידיקײטן קענען נוצן FEMA געלטער צו מאַכן עטלעכע דערגרײכלעכקײט פֿאַרבעסערונגען צו הײַזער באַשעדיקט פֿון אַ פֿעדעראַלע־באַשטימטע אומגליק. 

פּיפּול מיט דיסאַביליטיס׃ מענטשן װאָס האָבן אינװאַלידיקײטן קענען מאַכן זײער הײם מער דערגרײכלעך װי זי איז געװען פֿאַרן אומגליק מיט ספּעציפֿישע זאַכן, צום בײַשפּיל רעדלשטול ראַמפּעס, דראָנגען װאָס מע קען כאַפּן, און אױסאַספֿאַלטירטע װעגן, און דאָס װעט נישט זײַן טײל פֿון דעם פֿעדעראַלע האָוסינג אַסיסטאַנס מאַקסימום.

טעמפּאָראַרי האַוסינג אַסיסטאַנס אַפּליקאַציעס

FEMA האָט בעמאַכט נידעריקער די פֿאָדערונגען פֿאַר אַפּליקאַנטן װאָס דאַרפֿן מאַכן לענגער זײער איבערזײַן אין אַ דערװײַליקן װױנונג באַשײד.

פּיפּול מיט דיסאַביליטיס׃ דאָס מאַכט װײניקער די דאָקומענטן געפֿאָדערט פֿון מענטשן װאָס האָבן אינװאַלידיקײטן װאָס דאַרפֿן מער הילף צו באַצאָלן פֿאַר אַ װױנונג.

Streamlined DisasterAssistance.gov װעבזײַט

עס איז איצט גיכערצו אַפּליקירן פֿאַר אומגליק מיטהילף מיט דער דערהײַטיקטער DisasterAssistance.gov װעטזײַט. די אָנלײַן אַפּליקאַציע איז גרינגער צו נוצן.

פּיפּול מיט דיסאַביליטיס׃ מענטשן װאָס האָבן אינװאַלידיקײטן קענען איצט דערגרײכן אַן אָרט װאָס איז מער װיזועל, גרינגער צו נאַװיגירן און מער דערגרײכלעך פֿאַר די װאָס נוצן מיטהילף טעקנאָלאָגיעס.

פֿאַר די נײַסטער אינפֿאָרמאַציע וועגן Kentucky's פֿאַרבעסורונג פֿון די 2סטן אַפּריל שרעקלעקע שטורמענס, גלײך־ליניע װינטן, טאָרנאַדאָס, ערדגליטשן און בלאָטעגליטשן, זײַט אַזױ גוט און זען אױף אינטערנעט fema.gov/disaster/4782. מע קען אַבאָנירן FEMA אויף X, אַמאָל גערופן טוויטטער, ביי twitter.com/femaregion4 און אויף facebook.com/fema.

גײ צו יוטוב׃ FEMA Accessible: Three Ways to Register for FEMA Disaster Assistance.

Tags:
לעצטע ופּדאַטעד