FEMA איז זיך מחייב כמעט 335$ טויזענט צו געבעט הייזער אין נאסאו קאונטי פאר איידע קאמפענסאציע

Release Date Release Number
21
Release Date:
יאַנואַר 28, 2022

ניו יארק - FEMA האט זיך אונטערגענומען א סכום פון כמעט 335,000$ אפצוגעבן פאר טעמפל תקוה אין נאסאו קאונטי פאר קאסט וואס האבן א שייכות מיט עמערדזשענסי אפהיט מיטלען פון די רעשטלעך פון הוריקאן איידע. דאס איז נאר איינע פון די טריט וואס FEMA האט זיך אונטערגענומען צו העלפן געבעט ערטער אין דער סטעיט פון ניו יארק זיך צוריק אויפשטעלן און אויפבויען.

געפונט זיך אין ניו הייד פארק, NY, טוט טעמפל תקוה (האפענונג) סערווירן די מיטגלידער פון קווינס און נאסאו קאונטיס. אזוי ווי א סך אנדערע שטיבער און ביזנעסעס איבער דעם געגנט, האט דער טעמפל  געליטן שאדן פון די שווערע רעגנס וואס איידע האט געבראכט צום צפון-מזרח. סאציאלע פארזאמלונגען, רעליגיעזע צערעמאניעס און רעליגיעזע לערנען זענען אפגעשטעלט געווארן. קארידארן, קלאס-צימערן און דאס פלאץ ווי מיגלידער פילן זיך די נעענסטע צו זייערע גייסטישע געוויכט - זייער מקום קדוש -- איז געווען אונטערן וואסער.

''FEMA's פובליק הילף (PA) פראגראם איז א וויכטיגע מקור פאר סטעיט, שבטים, פאסיגע לאקאלע רעגירונגען און געוויסע נישט פאר קיין ריווח ארגאניאציעס (PNP) צו דעקן קאטאסטראפע-שייכות'דיגע אויסגאבן,'' האט FEMA פעדעראלע קאארדינאציע אפיציר לאי סון יאי געזאגט. ''פינאנצירונג שפילט א קריטישע ראלע פאר פריוואטע נישט פאר קיין ריווח ארגאניזאציעס און געבעט הייזער אין נאסאו קאונטי. דער געברויך פאר נאך פאנאנצירונג צו העלפן אויפרוימען און פארריכטן נאָך א קאטאסטראפע קען זיין זייער איבערגעפילט, ספעציעל פאר די גרופעס, וויבאלד אינשורענס קען מעגליך נישט דעקען א טייל פון די קאסטן.''

טעמפל תקוה, אן ערשט-מאליגע אפליקאנט פאר FEMA קאטאסטראפע הילף, רעפרעזענטירט א שטארק פאראיינגטע קאמיוניטי וואס זענען צעבראכן געווארן פון דער חורבן צו דעם פלאץ וואס זיי רופן אן 'היים'.

דורך FEMA's PA פראגראם, וועט דער אונטערנעמונג העלפן דעם טעמפל צוריקבאקומען די קאָסטן וואס האט א שייכות מיט אוועקנעמען דאס וואסער פון אינעווייניג דעם בנין. דאס איז נאר איינס פון עטלעכע פראיעקטן וואס איז באשטעטיגט געווארן פאר דעם אפליקאנט. 

דער טעמפל האט נאך פראיעקטן אין גאנג מיט FEMA ווי אויך צוריקבאקומען געלט אוועק צו נעמען די מיסט, שימל פארבעסערונג און פערמענאנטע ארבעט וואס דעקט די פארריכטונגען און/אדער בייטונג פונעם בנין און זיין אינהאלט.

FEMA's PA פראגראם ערמעגלעכט קאמיוניטיס זיך שנעל אפרופן און זיך צוריק שטעלן אויף די פיס פון גרויסע קאטאסטראפעס אדער עמערדזשענסיס. געבעט הייזער וואס געהערן אדער ווערן אנגעפירט פון PNP ארגאניזאציעס קענען זיין פאסיגע אפליקאנטן אויב זייערע בנינים זענען געשעדיגט געווארן אדער חרוב געווארן ביי א קאטאסטראפע.

פעדעראלע פינאנצירונג איז צו באקומען אויף א קאסט-טיילונג סמך פון 75 פראצענט פון פאסיגע הוצאות פאר פובליק הילף. די איבעריגע 25 פראצענט קומט פון נישט קיין פאדעראלע פינאנצירונג.

דער פארלאנג פאר פובליק הילף אפליקאציע פעריאד האט זיך געשלאסן פאר הוריקאן איידע אין אלע פאסיגע קאונטיס. פונדעסטוועגן, טוט FEMA ווייטער אנגיין ארבעטן מיט דער סטעיט אוו ניו יארק צו שטיצן אנגייענדיגע קאמפענסאציע.

לערענט מער וועגן FEMA's פובליק הילף פראגראם און גרייט זיך צו פאר צוקונפדיגע קאטאסטראפעס, באזוכט  fema.gov/assistance/public/program-overview.

פאר אפיציעלע אינפארמאציע וועגן ניו יארקס קאמפענסאציע באמיאונגען, באזוכט www.fema.gov/disaster/4615 . גייט נאך FEMA אויף טוויטער ביי https://twitter.com/FEMARegion2 און פייסבוק www.facebook.com/fema.   

Tags:
לעצטע ופּדאַטעד