סופאלק קאונטי קאטאסטראפע קאמפענסאציע צענטער שליסט זיך צו אקטאבער 30

Release Date:
אָקטאָבער 28, 2021

דער סאפאלק קאונטי קאטאסטראפע קאמפענסאציע צענטער וועט זיך צו שליסן 6 ביי נאכט אום שבת אבער איינוואוינער אפעקטירט געווארן פון הוריקאן איידע קענען נאך אלץ באקומען הילף מיט זייער FEMA אפליקאציעס פאר קאטאסטראפע הילף. הילף איז נאר אזוי ווייט אוועק ווי אייער טעלעפאן, קאמפיוטער אדער מאבילע אפאראט.

 דער קאמפענסאציע צענטער געפינט זיך אין דער Rose Caracappa Senior  Center ביי  739NY-25A אין Mount Sinai. בעת, דאס איז דער איינציגסטער קאמפענסאציע צענטער וואס סערווירט סופאלק קאונטי, זיבן אנדערע קאטאסטראפע קאמפענסאציע צענטערס אין שכינות'דיגע קאונטיס בלייבן אפן פון 10 צופרי ביז 6 ביי נאכט מאנטאג ביז שבת. אלע זענען פארמאכט זונטאגס. זיי זענען:

    • Hostos College, 450 Grand Concourse, Bronx, NY 10451
    • Public Library, 136 Prospect Ave., Mamaroneck, NY 10543
    • Queens College, 152-45 Melbourne Ave., Queens, NY 11367
    • Medgar Evers College, 231 Crown St., Brooklyn, NY 11225
    • College of Staten Island, 2800 Victory Blvd., Staten Island, NY 10314
    • Michael J. Tully Park Physical Activity Center, 1801 Evergreen Ave., New Hyde Park, NY 11040
    • Orangetown Soccer Club Complex, 175 Old Orangeburg Road, Orangeburg, NY 10962

עס געפונען זיך ספעציעליסטן אין די צענטערס צו ענטפערן אייער פראגעס ווי אויך וועגן דעם אפהאלט פון באקומען ענטפערס פון FEMA וועגן אייער פאסיגקייט פאר הילף און העלפן אייך ארויפלאדענען דאקומענטן צו אייער קאנטע.

 איר קענט אויך  באזוכן סיי וועלכע קאטאסטראפע פארבעסערונג צענטער און זיך טרעפן מיט FEMA פערסאנאל און רעפרעזענטעטיווען פון אנדערע פעדעראלע און סטעיט ביוראס. די צענטערס ערלויבן אייך אויך צוגאנג צו טעכנאלאגיע פאר יענע מיט אומפעאיגקייטן. אויב איר דארפט האבן ספעציעליזירטע טעכנאלאגישע אפאראטן, זאגט פארן ספעציעליסט ווען איר רופט דעם FEMA הילפליין.

צו אפליקירן פאר FEMA הילף, באזוכט DisasterAssistance.gov,  נוצט די FEMA מאבילע אפ אדער רופט FEMA הילפליין 800-621-3362. אויב איר נוצט א ווידעא אריבערטראג סערוויס (VRS) , א פארשריבענע טעלעפאן סערוויס אדער אנדערע, גיט FEMA דעם נומער פון יענע סערוויס. הילפליין אפעראטארס זענען דארט פון 8 צופרי ביז 7 ביי נאכט טאג-טעגלעך. דרוקט 2 פאר שפאניש. דרוקט 3 פאר אן איבערזעצער וואס רעדט אייער שפראך.

איבערלעבערס דארפן נישט באזוכן קיין קאמפענסאציע צענטער צו באקומען הילף. אויב איר וואוינט אין דער בראנקס, דאטשעס, קינגס, ריטשמאנד, ראקלענד, סופאלק אדער וועסטשעסטער קאונטי, און איר האט שאדן, פארלוסטן, אדער קענט נישט וואוינען אין אייער שטוב צוליב א דירעקטע ארויסקום פון הוריקאן איידע, ווערט איר געמוטיגט צו אפליקירן פאר FEMA קאטאסטראפע הילף איידער באזוכן א קאמפענסאציע צענטער.

 דער טערמין צו אפליקירן פאר FEMA קאטאסטראפע הילף איז מאנטאג, דעצעמבער 6.

פאר נאך אנליין מקורות ווי אויך FEMA אראפלאדעוודיקע פּאַמפלעטן און אנדער הילף, באזוכט DisasterAssistance.gov און דרוקט אויף ''אינפארמאציע.''

 פאר רעקאמענדאציעס צו ביוראס וואס שטיצן קהילה-ספעציפישע באדארפענישן, רופט 211 אדער באזוכט 211nys.org/-. פאר ניו יארק סיטי איינוואוינער, רופט 311.

פאר די לעצטע נייעס וועגן ניו יארקס קאמפענסאציע באמיאונגען, באזוכט fema.gov/disaster/4615. גייט אונדז נאך אויף טוויטער אין https://twitter.com/FEMARegion2און אויף פייסבוfacebook.com/fema.

Tags:
לעצטע ופּדאַטעד