نظرًا لحالة الطوارئ القائمة بسبب جائحة كوفيد-19 مستوى البلاد والحاجة إلى حماية سلامة وصحة جميع الأمريكيين، تجري FEMA عمليات تفتيش أولية خارج المنزل وعن بُعد. تحدّد عمليات التفتيش هذه الأهلية للحصول على المساعدة الفيدرالية في حالات الكوارث التي يمكن تقديمه

Release Date:
November 30, 2021

צוליב דעם קאוויד-19 נאציאנאלע עמערדזשענסי און געברויך צו היטן די פארזיכערונג און געזונט פון אלע אמעריקאנער, טוט FEMA  אנפירן אנהייב אינדערויסנדיגע און היים אינספעקציעס פון דערווייטנס. די אינספעקציעס באשטעטיגן פאסיגקייט פאר פעדעראלע קאטאסטראפע הילף און ווערן אנגעבאטן פאר איבערלעבערס פון הוריקאן איידע וואס האבן באריכט אז זייערע הייזער זענען נישט וואוינעוודיג, היגיעניש אדער זיכער.

  • אן אינדערויסנדיגע אינספעקציע וועט זיין דער הויפט פארם פון אינספעקציע. דער צוזאמענטרעף מיטן אינספעקטאר וועט געשען אינדערויסן, לויטן יעצטיגן הדרכה פון די צענטערס פאר קאנטראלירן  און פארמיידן קראנקהייטן.  אין טייל פעלער, קענען איבערלעבערס ווערן געקאנטאקט פאר אן אינספעקציע פון דערווייטנס.
  • דער FEMA אינספעקטאר וועט פארלאנגען פונעם אפליקאנט א בילד ID און צו צושטעלן בילדער, קבלות, בילס אדער אפשאצונגען אויף צו ווייזן פארלוסט. דער אינספעקטאר וועט נישט לאזן ביי זיך אדער פאטא-קאפיען די דאקומענטן. אפליקאנטן ווערן געמוטיגט ארויף צו לאדנען זייערע דאקומענטן צו זייער קאנטע אין  DisasterAssistance.gov אדער באקומען הילף ארויפלאדנען די דאקומענטן פון ספעציעליסטן אין א קאטאסטראפע קאמפענסאציע צענטער. טרעפט א קאמפענסאציע צענטער אין fema.gov/DRC.
  • דער FEMA אינספעקטאר באגילטיגט שאדן פון אינדערויסן און פון אויספרעגן דעם אפליקאנט וועגן זייער שאדן. אויב דער אפליקאנט אדער מיט-אפליקאנט קענען זיך נישט טרעפן מיטן אינספעקטאר, קען א דריטער צד ווערן דעזיגנירט שריפטלעך.
  • דער FEMA אינספעקטאר באשטעטיגט נישט דעם סך הכל פון אייער שטורעם-פארשאפטע פארלוסטן. דער אינספעקטאר איז נישט קיין אינזשעניר און אויך נישט קיין זיכערקייט אפיציר. די FEMA אינספעקטארן קענען נישט מאכן קיין בנין פארזיכערונג החלטות אין נאמען פון אייער שטאטישע רעגירונג. אויב איר זענט נישט זיכער אז אייער שטוב איז זיכער צו וואוינען דערין לעגאלערהייט, פארבינדט אייך מיט שטאטישע אפיצירן.
  • FEMA שטעלט נישט צו קיין פארבייט -באטרעף סכום פאר געשעדיגטע זאכן אדער הילף פאר נישט-נייטיגע זאכן.  FEMA שטעלט צו הילף נאר צו פארריכטן אייער שטוב אז עס זאל זיין זיכער, היגיעניש און פונקציענעל. FEMA הילף איז נישט קיין פארטרעטער פאר אינשורענס.
  • אינדערויסנדיגע היים אינספעקציעס האבן נישט קיין ווירקונג אויף דער פאסיגקייט פאר די סארטן הילף צו באקומען אונטער FEMA's אנדערע געברויכן הילף פראגראם.  יענע פראגראם, וואס פאדערט נישט קיין היים

 

אינספעקציע, איז כולל קינדערקעיר, טראנספארטאציע, מעדיצין און ציין, קבורה אויסגאבן, אריבערפירן און סטארעדזש אויסגאבן, און גרופע פלייץ אינשורענס פאליסי הילף.

  • אויב אן אפליקענט געפונט שפעטער אויס אז זיין אדער איר הויז האט געליטן מער שאדן ווי באריכט אין אנהייב, קען דער אפליקאנט איינגעבן אן אפעלאציע מיט FEMA צו בעטן מער הילף. דער אפליקאנט קען דאן אויך בעטן אן אינספעקציע.

צו אפליקירן פאר FEMA הילף, באזוכט DisasterAssistance.gov, נוצט די FEMA מאבילע אפ אדער רופט FEMA הילפליין 800-621-3362. אויב איר נוצט א ווידעא אריבערטראג סערוויס (VRS) , א פארשריבענע טעלעפאן סערוויס אדער אנדערע, גיט FEMA דעם נומער פון יענע סערוויס. הילפליין אפארעיטארס געפונען זיך פון 7 צופרי ביז 11 ביי נאכט טעגלעך. דרוקט 2 פאר שפאניש. דרוקט 3 פאר אן איבערזעצער וואס רעדט אייער שפראך.

פאר אפיציעלע אינפארמאציע וועגן ניו יארקס קאמפענסאציע באמיאונגען, באזוכט www.fema.gov/disaster/4615 . גייט נאך FEMA  אויף טוויטער  https://twitter.com/FEMARegion2און פייסבוקwww.facebook.com/fema.

Tags:
Last updated