פעדעראלע שטיצע גייט ווייטער אָן אין ניו יארק פיר מאנאטן נאך איידע

Release Date Release Number
20
Release Date:
January 7, 2022

ניו יארק - עס איז אדורך פיר מאנאטן זינט די רעשטלעך פון הוריקאן איידע האט אימפאקטירט שטיבער, ביזנעסעס און אינפראסטרוקטור איבער ניו יארק סטעיט. ביז צום היינטיגן טאג, האבן, FEMA, די US קליינע ביזנעס אדמיניסטראציע און די נאציאנאלע פלייץ אינשורענס פראגראם אויסגעצאלט כמעט א האלבן ביליאן דאלאר צו העלפן ניו יארקער  צוריקבאקומען און צוריקבויען.

''מיר שטייען זייט ביי זייט מיט אונדזער סטעיט, לאקאלע, קאמיוניטי און אנדערע פעדעראלע שותפים צו ווייטער אנגיין מיט א שטארקע קאמפענסאציע באמיאונג,'' האט דער FEMA פעדעראלע קאארדינאטאר באאמטע ליי סון יאי געזאגט. ''א חוץ פון פינאנצירונג, האט FEMA מאבאליזירט מער ווי 40 קאטאסטראפע קאמפענסאציע צענטערס, באזוכט כמעט 99,000 שטיבער און האבן געהאט אינטעראקציעס מיט  ווייניגסטנס 42,000 איבערלעבערס דורך איר קאטאסטראפע איבערלעבער הילף פערסאנאל.''

נאענט צו 40,000 ניו יארקער פון די בראנקס, ברוקלין (קינגס קאונטי), קווינס, סטעטן איילענד (ריטשמאנד קאונטי), דאטשעס, נאסאו, אראנדזש, ראקלענד, סופאלק, און וועסטשעסטער קאונטיס זענען געווארן באשטימט פאר FEMA קאטאסטראפע הילף זינט די סעפטעמבער 5 הויפט קאטאסטראפע דעקלאראציע. אראנדזש קאונטי איז געווארן צוגעלייגט צו דער דעקלאראציע דעצעמבער 1.

זינט יאנואר 5. האט FEMA באשטעטיגט 191.1$ מיליאן פאר הייזער און אנדערע נייטיגע שטורעם-שייכותדיגע געברויכן אונטער דער אינדיווידועלע הילף פראגראם. דער סכום איז כולל 171.9$ מיליאן באשטעטיגטע פאר צייטווייליגע וואוינונג, דינג הילף, היים פארריכטונג און פארבייט פאר פאסיגע איבערלעבערס און 19.2$ מיליאן באשטעטיגט פאר אנדערע געברויכן הילף, וואס קען העלפן איבערלעבערס באצאלן פאר מעדיצין און ציין אויסגאבן, קינדקעיר, און אנדער קאטאסטראפע-שייכותדיגע נייטיגע אויסגאבן.

די קליינע ביזנעס אדמיניסטראציע האט באשטעטיגט 4,010 היים און ביזנעס הלוואות פאר א סך הכל פון מער ווי 196.5$ מיליאן צו העלפן אייגנטימערס, דינגערס און ביזנעסעס קומען צו זיך פון  די רעשטלעך פון הוריקאן איידע. SBA קאטאסטראפע הלוואות זענען די גרעסטע מקורות פון פעדעראלע קאטאסטראפע קאמפענסאציע געלטער פאר איבערלעבערס. די נידעריגע-ריבית קאטאסטראפע הלוואות זענען נישט נאר פאר ביזנעסעס. אייגנטימערס, דינגערס און געוויסע נישט פאר קיין ריווח ארגאניזאציעס וואס זענען אימפאקטירט געווארן פון איידע קענען אויך אפליקירן. FEMA's נאציאנאלע פלייץ אינשורענס פראגראם האט אויסגעצאלט מער ווי 110.1$ מיליאן פאר ניו יארק פאליסי האלטערס און  פארמאכט 3,032 תביעות פאר פלייץ שאדנס פארשאפט פונעם שטורעם.

כאטש, די פעדעראלע רעגירונג קען אייך נישט מאכן צוריק גאנץ, זי איז א טייל פון די לייזונג, אזוי ווי קאטאסטראפע קאמפענסאציע איז א באמיאונג פון א גאנצע קאמיוניטי.  א סך ענטיטעטן זענען פארבונדן אין דעם ווי אויך לאקאלע און סטעיט ביוראס, נישט פאר קיין ריווח ארגאניזאציעס, פרייוויליגע און רעליגיעזע ארגאניזאציעס, און דער פריוואטער סעקטאר.  FEMA ארבעט ווייטער נאענט מיט אירע אלע קאמיוניטי שותפים צו פארזיכערן די קאטאסטראפע איבערלעבערס זאל האבן צוטריט צו די רוסורסן וואס זיי דארפן פון אלע פאסיגע פראגראמען צו באקומען.

איינוואוינער פון אראנדזש קאונטי וואס האבן מיטגעמאכט שאדן אדער פארלוסטן פון דעם איבערבלייב פון הוריקאן איידע, האבן ביז מאנטאג, יאנואר 31 צו אפליקירן פון קאטאסטראפע הילף מיט FEMA.

די אפליקאציע פעריאד פאר איינוואוינער פון דער בראנקס, ברוקלין, (קינגס קאונטי), קווינס, סטעטן איילענד (ריטשמאנד קאונטי), דאטשעס, נאסאו, ראקלענד, סופאלק און וועסטשעסטער קאונטיס האט זיך געענדגט יאנואר 4. פינדעסטוועגן, יחידים פון די ניין קאונטיס האבן א 60 טאג גענאד-פעריאד אריינצוגעבן א פארשפעטיגטע אפליקאציע. פאר א פארשפעטיגטע אפליקאציע, מוז דער אפליקאנט אריינגעבן א בריוו פאר FEMA וואס גיט צו פארשטיין די לינדער-אומשטאנדן וואס האט זיי צוריקגעהאלטן פון אפליקירן באצייטנס.

צו אפליקירן פאר FEMA הילף ביי DisasterAssistance.gov, נוצט די FEMA מאביל אפ אדער רופט FEMA הילפליין 800-621-3362.. אויב איר נוצט א ווידעא אריבערטראג סערוויס (VRS) , א פארשריבענע טעלעפאן סערוויס אדער אנדערע, גיט FEMA דעם נומער פון יענע סערוויס. הילפליין אפארעיטארס געפונען זיך פון 7 צופרי ביז 11 ביי נאכט טעגלעך. דרוקט 2 פאר שפאניש. דרוקט 3 פאר אן איבערזעצער וואס רעדט אייער שפראך.

אפליקירן פאר אן SBA הלוואה פארזיכערט אז אלע קאטאסטראפע הילף אפציעס צום באקומען בלייבן ווייטער אפן פאר אייך. אויב איר זענט נישט פאסיג פאר אן הלוואה פון SBA, קען דאס מעגליך עפענען די טיר פאר נאך הילף פון FEMA.

אפליקאנטן קענען אפליקירן אנליין נוצנדיג SBA's פארזיכערטע וועבזייטל  DisasterLoanAssistance.sba.gov אדער רופט SBA's קונים-באדינונג צענטער 800-659-2955. איינצעלע וואס זענען טויב אדער שווער צו הערן קענען רופן 800-877-8339. פאר מער אינפארמאציע, אימעילט DisasterCustomerService@SBA.gov.

Tags:
Last updated