בירגערשאַפֿט און אימיגראַציע סטאַטוס פֿאָדערונגען פֿאַר FEMA מיטהילף

Release Date Release Number
NR-019
Release Date:
יוני 26, 2024

פֿראַנקפֿאָרט, קי. – צו זײַן ראָױ צו דער פֿעדעראַלער מיטהילף, לעבן־געבליװענערס פֿון די 2סטן אַפּריל שרעקלעקע שטורמענס, גלײך־ליניע װינטן, טאָרנאַדאָס, ערדגליטשן און בלאָטעגליטשן דאַרפֿן זײן יו. אס. בירגערס, נישט־בירגערס נאַציאָנאַלערס אָדער קװאַליפֿיצירטע נישט־בירגערס. משפּחות נישט־לעגיטימירט מיט אַלערלײַ אימיגראציע סטאַטוסן דאַרפֿן האָבן נאָר אײן משפּחה־גליד (אױך אַ קינד) װאָס איז אַ יו.עס. בירגער, נישט יו.עס. בירגער נאַציאָנאַלער אָדער קװאַליפֿיצירטע נישט־בירגער, און האָט אַ סאָציאַל סעקוריטי נומער אַזױ אָנצוגעבן אַן אַפּליקאַציע. 

מע באַשטימט קװאַליפֿיצירטע נישט־בירגערס אזױ׃

  • לעגאַלע פּערמאַנענטע אײַנװױנערס (די װאָס האָבן אַ "גרין קאַרד“);
  • נישט־בירגערס װאָס מע האָט זײ דערלױבט דעם אַזיל;
  • פּליטים;
  • די װאָס מע האָט זײער אַרױסשיקונג צוריקגעהאַלטן פֿאַר כאָטש אײן יאָר;
  • די װאָס זײַן אינעם יו.עס. פֿאַר הומאַניטאַרישע סיבות פֿאַר כאָטש אײן יאָר;
  • געװיסע קובאַנער/האַיטער אָנקומענערס;
  • געשלאָגענע נישט־בירגערס, אָדער זײער װײַב/מאַן אָדער קינדער; און
  • קרבונות פֿון שקלאַפֿן־האַנדל. 

אַז אַ לעבן־געבליבענער האָט נישט די געפֿאָדערטע בירגורשאַפֿט אָדער אימיגראַציע סטאַטוס, מע קען נאָך אַפּליקירן און זײַן אַ קאַנדיקאַט פֿאַר מיטהילף אױב׃

  • דער עלטער אָדער לעגאַלער קעסטפֿאָטער פֿון אַ מינער־יעריקערן קינד װאָס איז אַ יו.עס. בירגער, נישט־בירגער נאַציאָנאַלער אָדער קװאַליפֿיצירטע נישט־בירגער אַפּליקירט אין נאָמען פֿונעם מינער־יעריקערן קינד, אַבי מען לעבן אינעם זעלביקן געזינט. דער עלטער אָדער לעגאַלער קעסטפֿאָטער מוזן אַפּליקירן װי דער קאָ־אַפּליקאַנט, און דאָס מינער־יועריקער קינד מוזן האָבן װײניקער װי 18 יאָר עלטער אין די צייט וואָס די אומגליק איז פארגעקומען

זײנען דאָ עטלעכע קאַטעגאָריעס פֿון נישט־בירגערס װאָס זײַנען פֿאַראַן לעגאַליש אינעם יו.עס. װאָס זײַנען נישט ראָױ פֿאַר מיטהילף, אַזױ װי פֿרעמדע סטודענטן און דערװײַליקע אָדער אַרבעט װיזע האַלטערס. 

לעבן־געבליבענערס װאָס זײַנען נישט ראָױ פֿאַר פֿעדעראַלע FEMA מיטהיף קענען נאָך טעלעפֿאָנירן דעם הילף־ליניע אין 800‑621‑3362 פֿאַר עפּעס אַ רעקאָמאָנדאַציע צו פֿרײַװיליקערע אַגענטורן.

בֿאװײַזן דעם באַװױנען און די פֿאַרמאָגענשאַפֿט פֿונען געשעדיקטע װױנאָרט איז געפֿאָדערט פֿאַר געװיסע מינען מיטהילף און דער אַפּליקאַנט מוז זײַן פּאַסיק פֿאַר די FEMA בירגערשאַפֿט פֿאָדערונגען. װען אַן אַפּליקאַציע איז באַזירט אױף דער ראָױדיקײט פֿון אַ מינער־יעריק קינד, די קומענדיקע פֿאָדערונגען זײנען נײטיק׃

  • די באַװױנונג׃ דער קאָ־אַפּליקאַנט דאַרף זײַנען צי דאָס קינדס עלטער צי דער לעגאַרלער קעסטפֿאָטער און באַװײַזען אַז זײ האָבן געװױנט אינעם אומגליק־געשעדיקטען װױנאָרט אין דער צײַט פֿונעם אומגליק.
  • פֿאַרמאָגענשאַפֿט׃ דער קאָ־אַפּליקאַנט דאַרף זײַנען צי דאָס קינדס עלטער צי דער לעגאַרלער קעסטפֿאָטער און באַװײַזען אַז זײ פֿאַרמאָגן דעם אומגליק־געשעדיקטען װױנאָרט.

אַ סאַך פֿאָרמען אומגליק מיטהילף, אַזױ װי קריזיס־טעראָפּיע, לעגאַלע דינסט, קײס מאַנאַזשמענט און קורץ־טערמיניקע, נישט־מזומן מיטהילף, אַזױ װי מעדיצינישע השגחה, דאָס שיצאָרט, עסן און װאַסער זײַנען פֿאַראַן פֿאַר די מענטשן און משפּחות נישט־קוקענדיק אױף בירגער סטאַטוס.דער טערמינען צו אַפּליקירן אױף FEMA מיטהילף איז 22סט יולי, 2024. 

מע װעט אלע די אומגליק מיטהילף באַזאָרגן אָן דיסקרימינאַציע באַזירט אױף מענס ראַסע, קאָליר, מין (אױך סעקסועלע אָריענטירונג), רעליגיע, נאַציאָנאַלן אָפּשטאַם, עלטער, אינװאַלידקײט, װײניקע גוטגעקנעטשאַפֿט פֿון ענגליש, אָדער עקאָנאָמישן סטאַטוס. אױב אַ לעבן־געבליבענער טראַכט אַז מע ברעכט זײַן בירגעררעכט, קענען זײ טעלעפֿאָנירן דעם FEMA הילפֿ־ליניע.אז זײ נוצטן אַ װידעאָ רעלײ סערװיז, קאַפּטשונד טעלעפֿאָן סערװיז, אָדער אַנדערע סערװיזעס פֿון קאָמוניקאַציע, דער לבען־געבליבענער דאַרף באַזאָרגן צו FEMA דעם געװיסן נומער באַשטימט פֿאַר דעם סערװיס.

פֿאַר די לעצטע אינפֿאָרמאַציע וועגן Kentucky's פֿאַרבעסורונג פֿון די 2סטן אַפּריל שרעקלעקע שטורמענס, גלײך־ליניע װינטן, טאָרנאַדאָס, ערדגליטשן און בלאָטעגליטשן, זײַט אַזױ גוט און זען אױף אינטערנעט fema.gov/disaster/4782. מע קען אַבאָנירן FEMA אויף X, אַמאָל גערופן טוויטטער, ביי twitter.com/femaregion4 און אויף facebook.com/fema.

Tags:
לעצטע ופּדאַטעד