גיט אויס אייער FEMA גרענט מיט חכמה

Release Date Release Number
009
Release Date:
October 4, 2021

ניו יארק -- בעת פאסיגע קאטאסטראפע ניצול-געווארענע הייבן אן באקומען געלטער פאר דינג-הילף, היים-פארריכטן, אדער אנדערע קאטאגאריעס פון הילף, זייט פארזיכערט אז די פעדעראלע קאטאסטראפע הילף געלטער זענען שטייער-פריי.  FEMA'ס מעלדונג בריוו וועט אייך לאזן וויסן פון דעם פאסיגן באניץ פון  קאטאסטראפע הילף געלטער. FEMA עצה'ט אייך צו נוצן די געלטער אזוי ווי עס איז פעסטגעשטעלט אין אייער צוגעטיילטן בריוו און נאר פאר קאטאסטראפע-שייכותדיגע אויסגאבן.

 דא זענען עטלעכע בייהילפיקע טיפן:

FEMA וועט אייך שיקן א מעלדונג בריוו וואס טוט אייך לאזן וויסן פון די פארשידענע סארטן הילף וואס איר זענט פאסיג צו באקומען און דער סכום פון הילף FEMA שטעלט צו פאר יעדן פאסיגן געברויך. די קענען כולל זיין:

  • היים רעמאנט (למשל, די סטרוקטור, וואסער, סעפטיש און אפגאנג סיסטעמען).
  • דינג-הילף פאר אן אנדער פלאץ צו וואוינען צייטווייליג.
  •  פארריכטן אדער פארבייטן א געשעדיגטע הויפט אויטא.
  •  נישט-פארזיכערטע, פון טאש ארויס, מעדיצינישע אויסגאבן פאר א צעשעדונג  צוליב דער קאטאסטראפע.
  • פארריכטן אדער פארבייטן ספעציעליזירטע פאך-כלים.
  • נויטיגע לערן-מאטעריאלן (צום ביישפיל, קאמפיוטערס, שולע-ביכער, ווערג).
  • איבערפירן און היטן אויסגאבן וואס האט א שייכות מיט די קאטאסטראפע און אנדערע  קאטאסטראפע-שייכות'דיגע אויסגאבן.

איר קענט אויסגעבן אייער FEMA גרענט אין וועגן וואס מאכן אייער שטוב זיכער, היגיעניש  און פאסיג צו וואוינען דערין. געדענקט צו פארשרייבן ווי אזוי איר האט פארניצט דאס קאטאסטראפע-געלט און האלט אן די קבלות דריי יאר פאר וועריפיקאציע ווי אזוי איר האט אויסגעגעבן דאס געלט.

 קאטאסטראפע גרענטס זענען נישט פאר געווענלעכע  לעבענס אויסגאבן, אזוי ווי עפנטלעכע באדינונגען, עסנווארג, מעדיצנישע אדער ציין-דאקטער בילס, רייזע, פארוויילונגען, אדער סיי וועלכע הוצאות לויטן איינזען וואס האט נישט קיין דירעקטע שייכות צו דער קאטאסטראפע.

 דאס פעדעראלע געזעץ אסר'ט פארטאפלען הילף פון אנדערע מקורות.

איר קענט אפליקירן פאר FEMA הילף ביי DisasterAssistance.gov, נוצט די FEMA מאבילע אפ אדער רופט FEMA הילפליין 800-621-3362 (711/VRS).  די ליינס זענען אפן פון 8 צופרי ביז 7 ביי נאכט זיבן טאג א וואך, און טעלעפאניסטן קענען אייך פארבינדן מיט א ספעציאליסט וואס רעדט אייער שפראך. אויב איר נוצט א טראנסמיסיע סערוויס אזוי ווי א ווידעא אריבערטראג סערוויס, א פארשריבענע טעלעפאן סערוויס אדער אנדערע, גיט FEMA דעם נומער פון יענע סערוויס.

 פאר רעקאמענדאציעס צו ביוראס וואס שטיצן קהילה-ספעציפישע באדארפעניש, קאנטאקט אייער נאענטסטע 211Counts צענטער אין https://www.211nys.org/contact-us.


 אין ניו יארק סיטי, רופט 311. פאר ווייטע געגנטער, רופט 211.

פאר אפיציעלע אינפארמאציע וועגן די קאמפענסאציע באמיאונגען נאכן הוריקאן, ביטע באזוכט https://www.fema.gov/disaster/4615. גייט אונדז נאך אין טוויטער twitter.com/femaregion2 און www.facebook.com/fema.

Tags:
Last updated