לאזט FEMA וויסן אויב אייער מצב ענדערט זיך

Release Date:
נאָוועמבער 16, 2021

איינמאל איר אפליקירט פאר FEMA הילף, איז עס זייער וויכטיג צו לאזן FEMA וויסן אויב אייער אדרס טוישט זיך, אויב איר געפונט נאך שאדנס פון הוריקאן איידע, אדער אויב איר האט נאך א קאטאסטראפע-שייכות'דיגע זאך. מאכט זיכער צו לאזן FEMA וויסן אויב

איר האט אנטדעקט הוריקאן איידע - פארשאפטע שימל אין אייער שטוב 

אלץ אן אייגנטימער וואס איז פאסיג פאר FEMA הילף, קענט איר באקומען פינאנצירונג אוועקצונעמען קאטאסטראפע-פארשאפטע שימל שאדן אלס א חלק פון אייער הויז פארריכט הילף צוטייל. פאר מער אינפארמאציע וועגן אויפרייניגן שימל פון דער צענטער פון קראנקהייט קאנטראל און פארמיידונג, באזוכט CDC.gov/mold/cleanup.

 איר האט געבעטן אן אנדערן שתדלן פאר אייערט וועגן                     

אויב איר בעט א פריינד אדער א קרוב אייך צו פארטרעטן ווען איר אפליקירט פאר FEMA הילף אדער ווען איר טרעפט זיך מיט א FEMA אינספעקטאר, מוזט איר לאזן FEMA וויסן שריפטלעך. גיט איין אייער הסכמה אנליין דורך אריינלאגירן אין אייער FEMA קאנטע אין  DisasterAssistance.gov, אדער שיקט מיט דער פאסט צו  FEMA National Processing Service Center, P.O. Box 10055, Hyattsville, MD 20782-8055. איר קענט אויך פאקסן אייער הסכמה צו 800-827-8112. נאך א וועג צו לאזן FEMA וויסן אז איר האט אידנטיפיצירט איינעם וואס וועט זיך שתדלן פאר אייך. איר און אייער פארטרעטער קענען אויך באזוכן א קאטאסטראפע קאמפענסאציע צענטער צוזאמען איינצוגעבן אייער הסכמה. געפונט אייער נאענסטע קאטאסטראפע קאמפענסאציע צענטער אנליין fema.gov/DRC.

הוריקאן איידע האט געשעדיגט אייער הייץ-אויוון

אויב אייער אינשורענס דעקט נישט הוריקאן איידע-געשאפענע שאדנס צו אייער הייץ-אויוון, קענט איר זיין פאסיג פאר א FEMA גרענט דאס צו בייטן אדער פארריכטן. גיט איין אן אפעלעציע בריוו, קבלה אדער אן אפשאצונג פו פארריכטן אדער בייטן דעם הייץ-אויוון, און מאכט זיכער אריינצורעכענען דעם קאנטראקטארס נאמען און טעלעפאן נומער אויף די דאקומענטן.

אייער אדרעס אדער טעלעפאן נומער האט זיך געענדערט

צו פארזיכערן אז FEMA האט אייער ריכטיגע קאנטאקט אינפארמאציע וועט אייך העלפן פארמיידן אפלייגענישן. מאכט זיכער צו לאזן FEMA וויסן אויב אייער אדרעס ענדערט זיך אפילו צייטווייליג. מאכט זיכער אז אייער טעלעפאן נומער און אימעיל אדרעס אינעם פייל מיט FEMA זענען ריכטיג. געדענקט אז איר קענט גרינגערהייט דערהייטיגן אייער אינפארמאציע אנליין דורך באזוכן DisasterAssistance.gov.

דער טערמין אָנצוגעבן פאר FEMA קאטאסטראפע הילף איז מאנטאג, דעצעמער 6. אזוי אפליקירט מען

באזוכט DisasterAssistance.gov, נוצט די FEMA מאבילע אפ אדער רופט FEMA הילפליין 800-621-3362. אויב איר נוצט א ווידעא אריבערטראג סערוויס (VRS) , א פארשריבענע טעלעפאן סערוויס אדער אנדערע, גיט FEMA דעם נומער פון יענע סערוויס. הילפליין אפאראטארס געפונען זיך פון 8 צופרי ביז 7 ביי נאכט טאג טעגלעך. דרוקט 2 פאר שפאניש. דרוקט 3 פאר אן איבערזעצער וואס רעדט אייער שפראך.

 

  • איר קענט אויך באזוכן א קאטאסטראפע קאמפענסאציע צענטער און זיך טרעפן מיט FEMA פערסאנאל און רעפרעזענטאטיווען פון אנדערע פעדעראלע און סטעיט ביוראס וואס קענען צושטעלן אינפארמאציע וועגן קאטאסטראפע הילף. צו טרעפן א קאמפענסאציע צענטער לעבן אייך, באזוכט DRC Locator (fema.gov).

פאר נאך אנליין מקורות ווי אויך FEMA אראפלאדעוודיקע פּאַמפלעטן און אנדער הילף, באזוכט DisasterAssistance.gov און דרוקט אויף ''אינפארמאציע.''

פאר די לעצטע נייעס וועגן ניו יארקס קאמפענסאציע באמיאונגען, באזוכט fema.gov/disaster/4615. גייט נאך FEMA אויף טוויטער אין https://twitter.com/FEMARegion2און פייסבוקwww.facebook.com/fema.

Tags:
לעצטע ופּדאַטעד