נאָך לעבן-געבליבענערס פֿון קאַטאַסטראָפֿע קענען קריגן יורידישע הילף בחינם פֿון דער אַמעריקאַנישער אַדוואָקאַטשאַפֿט אַסאָציאַציע (AMERICAN BAR ASSOCIATION) [https://www.fema.gov/yi/press-release/20240802/more-disaster-survivors-may-get-free-legal-aid-american-bar-association] Release Date: אוגוסט 2, 2024 FRANKFORT, KY. – יורידישע הילף קען מען שוין קריגן בחנים אויף נאָך לעבן-געבליבענערס פֿון די קאַטאַסרטאָפֿעס ווען זענען פֿאָרגעקומען אין קענטאָקי. לעבן-געבליבענערס פֿון קאַטאַסרטאָפֿעס אין באָטלער, קאַלדוועל, קאַלאָוויי, קרישטשין, קליי, גרינופּ, האָפּקינס, נאָקס, לאָגאַן, מיולענבערג, סימפּסאָן, טאַד, טריג, וואַרען און וויטלעי קאַונטיס וואָס זענען באַפֿאַלן געוואָרן פֿון די שווערע סטורעמס, גלײַך-ליניע ווינטן, טאָרנאַדאָס, ערדגליטשן און בלאָטעגליטשן וואָס זענען פֿאָרגעומען דעם 21-27 מיי קענען זיך ברענגען נוצן פֿון FEMA-פֿינאַנצירטע יורידישע הילף בײַם אָנקלינגען דעם גוואַלדליניע 859-993-0300.  פֿריער איז דעי אומזיסטע יורידישע הילף געווען בנימצא פֿאַר פּאַסיקע לעבן-געבליבענערס אין בויד, קאַרטער, פֿעיִיעט, גרינופּ, הענרי, דשעפֿערסאָן, דשעסאַמין, מייסאָן, אָלדהעם, יוניאָן און וויטלעי קאַונטיס וואָס זענען באַפֿאַלן געוואָרן פֿון די שווערע שטורעמס פֿון 2טן אָפּריל, גלײַך-ליניע ווינטן, טאָרנאַדאָס, ערדגליטשן און בלאָטעגלישטן. יענען קענען נאָך אַלץ אַנקלינגען דעם זעלבן נומער אויף דעם אומזיסטע טובֿה. דעי פֿון קענטאָקי װאָס דאַרפֿן הילף קענען טעלעפֿאָנירן פֿון 8:30 פֿ״מ ביז 12 מיטאָג און 1:00 נ״מ ביז 4:30 מזרחישע צײַטזאָנע (ET), מאָנטיק ביז פֿרײַטיק. אַױב עס איז נאָך אַרבעט־שעהען, לעבן־געבליבענערס קענען לאָזן אַ אָנזאָג און מען װעט זײ טעלעפֿאָנירן דעם קומענדיקן טאָג פֿון אַרבעטװאָך. עס איז פֿאַראַן דער האָטלײַן װאָס װעט פֿאַרבינדען לעבן־געבליבענערס, די װאָס װױנען אין אָט די קאַונטיעס װאָס טױגן און האָבן נישט קײן געלט באַצאָלן אַן אַדװאָקאַט, מיט אומיזיסטע לעלגאַלע מיטהילף. יורידישע הילף קען העלפֿן לעבן-געליבענערס אין די ווײַטערדיקע אופֿנים:  * פֿימאַ און סבאַ פֿינאַנציעלע בענעפֿיטן; * קאָנטראַקטן צו פֿאַרריכטן דעם הײם און תּבֿיות פֿון דעם פֿאַרמאָג־פֿאַרזיכערונג; * איבערמאַכן די צװאָות און אַנדערע װיכטיקע לעגאַלע דאָקומענטען װאָס זײַנען צעשטערט געװאָרן אינעם אומגליק; * דאָס פּרײַזן־שינדערײַ, שװינדלערײַ אָדער די אידענטיטעט־גנבֿה; * פּראָבלעמען פֿונעם לענדלער אָדער לאָקאַטור, אָדער סכּנה פֿון סעקװעסטרירונג; און * גיט צוטריט צו זײ מיט אינװאַלידקײַטן צו פֿעדעראַלע, מלוכה און לאָקאַלע אומגליק פּראָגרמען. כאָטש די אָרגאַניזאַציע קען יאָ העלפֿן לעבן-געבליבענערס מיט אַ סך סערוויסן, זי העלפֿט נישט מיטן שרײַבן פֿימ״אַ אַפּעלאַציע-בריוו. דער דיסאַסטער ליגאַל סערװיסעס (דלס) פּראָגראַם אַרבעט מיט מלוכה און לאַקאַלע שותּפֿים אַזױ צו באַזאָרגן אומזיסטע לעגאַלע הילף צו קנאַפּ־פֿאַרדינענדיקע לעבן־געבליבענערס פֿון אומגליק. אָט דער דינסט איז אַ שותּפֿות צװישן דעם אַמעריקאַנער אַדװאָקאַטשאַפֿט אַסאָציאַציע אָפּטײל פֿון וּונגע אַדװאָקאַטן, FEMA, און אַלערלײַ אָרגאַניזאַציעס און פֿרײַװיליקער־אַדװאָקאַטן.  כאָומאָונערז, רענטערז, געשעפטן און נאַנפּראַפאַט אָרגאַנאַזיישאַנז קענען אָנווענדן פֿאַר לאַנג-טערמין, נידעריק-אינטערעס ומגליק לאָונז פון די (יו.עס. קליינע ביזנעס אדמיניסטראציע (SBA)) צו דעקן לאָססעס נישט גאָר קאַמפּאַנסייטאַד דורך פאַרזיכערונג און אנדערע מקורים. אָנווענדן אָנליין ניצן די עלעקטראָניש אַנטלייַען אַפּפּליקאַטיאָן (ELA) דורך די SBA ס זיכער וועבזייטל ביי sba.gov/disaster [https://www.sba.gov/funding-programs/disaster-assistance]. פֿאַר די לעצטע אינפֿאָרמאַציע וועגן קאַנטאַקי ס אָפּזוך פון די 21-27 מאי שטרענג סטאָרמז, גלייַך-ליניע ווינטן, טאָרנאַדאָוז, לאַנסלידעס און בלאָטע סלייד, ביטע באַזוכן fema.gov/disaster/4804 [https://www.fema.gov/disaster/4804]. מע קען אַבאָנירן פֿימאַ (FEMA) אויף X, פריער גערופן ״טוויטטער״, ביי x.com/femaregion4 [https://x.com/femaregion4] און אויף facebook.com/fema [http://www.facebook.com/fema].