נאר איין וואך איבערגעבליבן פאר אראנדזש קאונטי איינוואוינער צו אפליקירן פאר FEMA הילף [https://www.fema.gov/yi/fact-sheet/one-week-left-orange-county-residents-ny-apply-fema-assistance] Release Date: Jan 24, 2022 אייגנטימערס און דינגערס אין אראנדזש קאונטי וואס האבן געהאט נכסים שאדן אדער פארלוסטן גורם געווען פון די רעשטלעך פון הוריקאן איידע צווישן סעפטעמבער 1-3 האבן ביז מאנטאג, יאנואר 31, צו אפליקירן פאר פעדעראלע קאטאסטראפע הילף. פעדעראלע קאטאסטראפע הילף פאר יחידים און פאמיליעס קענען צו רעכענען געלטער פאר דינג הילף, נייטיגע היים פארריכטונגען, פערזענלעכע נכסים פארלוסטן, און אנדערע וויכטיג קאטאסטראפע שייכות'דיגע געברויכן וואס איז נישט געדעקט ביי אינשורענס. אויב איר וואוינט אין אראנדזש קאונטי קענט איר אפליקירן פאר קאטאסטראפע הילף, דערהיינטיגן קאנטאקט אינפארמאציע, פרעגן פראגעס וועגן א בריוו פון FEMA, FEMA היים-אינספעקציעס, אדער לערנט ווי אזוי צו אפעלירן א FEMA החלטה נוצנדיג די פאלגנדע דריי רעסורסן: * גייט אנליין צו DisasterAssistance.gov [https://www.disasterassistance.gov/];   * לאדנט אראפ די FEMA אַפּ; אדער   * רופט די FEMA הילפליין 800-621-3362. אויב איר נוצט א ווידעא אריבערטראג סערוויס (VRS), א פארשריבענע טעלעפאן סערוויס אדער אנדערע, גיט FEMA דעם נומער פון יענע סערוויס. הילפליין אפארעיטארס געפונען זיך פון 7 צופרי ביז 11 ביי נאכט טעגלעך. דרוקט 2 פאר שפאניש. דרוקט 3 פאר אן איבערזעצער וואס רעדט אייער שפראך. דער הויפט מקור פון פעדעראלע פינאצירונג פאר לאנג-טערמיניגע קאמפנסאציע נישט געדעקט ביי אינשורענס קאמפאניס איז די US קליינע ביזנעס אדמיניסטראציע. אראנדזש קאונטי איינוואוינערס און ביזנעס בעלי-בתים וואס האבן זיך נישט געקענט צושטעלן צום יאנואר 4 טערמין פאר דער SBA אפליקאציע קענען נאך אלץ אפליקירן אבער מוזן צולייגן א דעקלאראציע אויף זייער אפליקאציע געבנדיג צו פארשטיין אז זיי פילן אויס שפעט ווייל די קאונטי האט מען ערשט צוגעלייגט שפעטער צו דער הויפט קאטאסטראפע דעקלעראציע.  קאטאסטראפע הלוואה אפליקאציעס האבן צוטריט דורך SBA's זיכערע וועבזייטל: disasterloanassistance.sba.gov/ela/s/ [https://disasterloanassistance.sba.gov/ela/s/]. פאר מער אינפארמאציע, אפליקאנטן קענען אויך רופן SBA's קונים-באדינונג צענטער 800-659-2955. איינצעלע וואס זענען טויב אדער שווער צו הערן קענען רופן 800-877-8339. פאר מער אינפארמאציע, אימעילט  DisasterCustomerService@SBA.gov. פאר דער לעצטער אינפארמציא, באזוכט fema.gov/disaster/4615 [https://www.fema.gov///C:/Users/yblackma/AppData/Local/Microsoft/Windows/INetCache/Content.Outlook/LM2P6SCZ/fema.gov/disaster/4615]. גייט אונדז נאך אין טוויטער twitter.com/femaregion2 [https://www.fema.gov///C:/Users/yblackma/AppData/Local/Microsoft/Windows/INetCache/Content.Outlook/LM2P6SCZ/fema.gov/disaster/%20femaregion2] און www.facebook.com/fema [https://www.fema.gov///C:/Users/yblackma/AppData/Local/Microsoft/Windows/INetCache/Content.Outlook/LM2P6SCZ/fema.gov/disaster/%20FEMA].