ווי אזוי צו אידנטיפיצירן א FEMA אינספעקטאר [https://www.fema.gov/yi/fact-sheet/how-identify-fema-inspector] Release Date: Oct 15, 2021 FEMA אינספקטארן פארצייכענען שאדענס וואס קומען פון קאטאסטראפעס. זיי באשליסן נישט צי איר זענט פאסיג פאר FEMA הילף אדער דער סכום אדער דער סארט הילף וואס FEMA קען אנבאטן. עס איז וויכטיג זיך אנצורופן ווען זיי פרובירן אייך קאנטאקטן.  אט אזוי קענט איר אידנטיפיצירן אז דער מענטש ביי דער טיר אדער אויפן טעלעפאן איז אן אמת'ער FEMA אינספעקטאר. פערזענלעכע אינספעקציע: אלע FEMA פערסאנאל און קאנטראקטארן וועלן האבן מיט זיך אידנטיפיקאציעס. אפליקאנטן זאלן אייביג זיך הייסן ווייזן  ביים אינספעקטאר זייער אפיציעלע אפצייכן, וואס האט זייער נאמען און בילד. קאנטראקט אינספעקטורן פאר FEMA קענען טראגן מיט זיך אן אפצייכן ארויסגעגבן ביי זייער ארבעטגעבער. דאס, אויך, וועט ווייזן זייער נאמען, פאטא און מעגלעך אן ID נומער. אינספעקציע פון דערווייטנס: אינספעקטארן וועריפיצירן אז זיי האבן דעם ריכטיגן אפליקאנט דורך בעטן די לעצטע  פיר ציפערן פונעם אפליקאנטס ניין-ציפער FEMA אפליקאציע רעגיסטראציע נומער.  דער אינספעקטאר שטעלט צו די ערשטע פיר ציפערן פונעם אפליקאנטס רעגיסטראציע ID. אפליקאנטן באקומען זייער רעגיסטראציע נומער ווען זיי פארענדיגן א FEMA אפליקאציע. נאך א פאר נקודות צו האבן אין זינען וועגן FEMA אינספעקטארן: * זיי פארלאנגען נישט קיין געלט צו מאכן אן אינספעקציע און זיי זאגן נישט צו אז איר וועט באקומען א גרענט. * זיי האבן אייער אדרעס פון אייער FEMA קאטאסטראפע הילף אפליקאציע, אבער זיי קענען אייך אנרופן פאר פאָר-אינסטרוקציעס צו אייער הויז. * זיי קענען אנרופן אויפן טעלעפאן, שיקן טעקסטן און אימעילס - קאנטאקט אינפארמאציע וואס איר האט צוגעשטעלט אין אייער FEMA אפליקאציע. * אינספעקטארן קענען רופן פון FEMA-ארויסגעגעבענע טעלעפאנען אדער פערזענלעכע מאבילן, און דער ראיאנקאד קען זיין פון ערגעץ אויסער ניו יארק סטעיט. * איינער וואס טראגט א העמד אדער א רעקל וואס שטייט אויף דעם FEMA מיינט נאך נישט קיין אפיציעלע ID. בעט צו זען זייער FEMA בילד ID אפצייכן. דער פעדעראלע געזעץ פארבאט צו נעמען א בילד אדער א פאטא-קאפיע פון US רעגירונג אינדנטיטעט קארטל. דאס איז א געזעץ-ברעכונג וואס טראגט א שטראף פון געלט אדער תפיסה.  * אויב איר זענט נישט אינדערהיים, וועט דער אינספעקטאר איבערלאזן א בריוו אינדערהיים. אויב ווען איר קומט צוריק אהיים און געפונט דעם אינספעקטארס בריוו ביי אייער טיר, ווארפט עס נישט אוועק. דער בריוו איז א טייל פון דער אינספעקציע פראצעס און וועט האבן דעם נאמען פונעם אינספעקטאר און קאנטאקט אינפארמאציע. אויב איר האט אפליקירט צו FEMA און האט זיך געראכטן אויפן אינספעקטאר צו באזוכן, קאנטאקט דעם אינספעקטאר ממשיך צו זיין דעם פראצעס. טיילט אייך נישט מיטן אינספעקטארס קאנטאקט אינפארמאציע אויף סאציאלע מעדיע. אויב איר טרעפט א FEMA אינספעקטארס בריוו ביי אייער טיר און איר האט נישט אפליקירט פאר הילף מיט FEMA, רופט FEMA אדער FEMA שווינדל אויספארש און אינספעקציע אפטייל 866-223-0814 אדער אימעילט StopFEMAFraud@fema.dhs.gov. דער FEMA אינספעקטאר האט אויסגעפאלגט די FEMA אינספעקשן הדרכות און פראטאקאלן. איר קענט זיך פארבינדן דירעקט מיטן אינספעקטאר און זייט אים מסביר אז איר האט נישט אפליקירט. דער אינספעקטאר וועט דאן איבערגעבן א באריכט וואס האט פאסירט.  איר קענט מברר זיין אז איר האט א קומענדיגע אינספעקשן דורך רופן דער FEMA הילפליין 800-621-3362 אדער ווידעא אריבערגעב סערוויס (VRS). איר קענט אויך באזוכן DisasterAssistance.gov [http://www.disasterassistance.gov/] און קלייבט אויס “Review Status.” איר ווערט געמוטיגט צו וועריפיקירן אז אייער אדרעס איז ריכטיג און צושטעלן ספעציפישע  פאָר-אינסטרוקציעס צו אייער הויז. אויב איר גלויבט אז איר אדער א באליבטער איז געווארן א קרבן פון א שווינדל אדער אידנטיטעט גניבה, גיט עס זאפארט איבער פאר אייער לאקאלע פאליציי אדער דעם שעריפס דעפארטמענט. איר קענט זיך אויך פארבינדן מיט דער FEMA שווינדל אויספארשונג און אינספעקציע אפטייל ביים טעלעפאן נומער אדער אימעיל אדרעס דערמאנט אויבן. פאר די לעצטע נייעס וועגן ניו יארקס קאמפענסאציע באמיאונגען, באזוכט fema.gov/disaster/4615 [http://www.fema.gov/disaster/4615]. גייט אונדז נאך אויף טוויטער אין https://twitter.com/FEMARegion2און אויף פייסבוךwww.facebook.com/fema [https://u7061146.ct.sendgrid.net/ls/click?upn=TeZUXWpUv-2B6TCY38pVLo9jw1V-2Bo5zjnJlDYvuv2Uss9fUVdD4qLUR5g5P6aeNyAlWOKN_LMDzpl4Nq0l0W7twxHuEzy-2BkxlPg1d7K-2BpAa67OMQF5aA3Z72-2FXM6Bwrk4PgC4ALq-2FN1KZFbq0dIvnjAHIkenOosVeIy4jryNdFhuuVQTvMNeSZQoq3SlT5fPNb9sLEVqccFjBpGLgekSvXV4V4hRGXKdRoDwH7rTrfqYkkwnBGBQ7mTam70ypCa7vTSGgQPx3VU-2BsGnPThHbfDLBkZWFlMiQwx8seofD3qtXHJlJ4IB4EF6LVlCG5HnEzQtAAkMrLOBTy9t4Vb7B3fmmefuNpMnUhT-2Fjwku7Jg2LYMW7EUDxOK70xI4UAjuhp332OxfRqkwLThQXmMBpNL4AL1zHZnUDpnOkYUu-2B-2BxUfTtmne8-3D].