היט זיך פון אפנארעריי און שווינדלערס [https://www.fema.gov/yi/fact-sheet/beware-fraud-and-scam-artists-2] Release Date: Oct 4, 2021 נאך א קאטאסטראפע, שווינדלערס, אידנטיטעט גנבים און אנדערע פארברעכערס פרובירן אפט אויסניצן אויף שלעכטס די ניצולים פון א קאטאסטראפע. פעדעראלע און שטאַט עמעדזשענסי אנפירער באאמטע עצה'ן איינוואוינער ארויסצוקוקן פאר און באריכטן חשודת'דיגע אקטיוויטעט. פארדארבענע מענטשן קענען וועלן אויסניצן די אומבאשיצטע געראטעוועטע דורך פאַרשטעלן זיך ווי אן אפיציעלע קאטאסטראפע-הילף ארבעטער אדער אפילו אלץ קרוב צו העלפן די ניצולים אויספילן זייערע אפליקאציעס.  פארשפרייטע נאך-קאטאסטראפע שווינדלעך זענען כולל: פאלשע אנבאטן פון שטאַט און פעדעראלע הילף: פעדעראלע און שטאַטישע ארבעטער ווענדן זיך נישט נאך אדער נעמען נישט אן געלט. FEMA און די US קליינע ביזנעס אדמיניסטראציע פערסאנאל רעכענען קיינמאל נישט קיין געלט פון אפליקאנטן פאר קאטאסטראפע הילף, איבערקוקן, אדער הילף אויספילן אפליקאציעס. פאלשע הויז אינספעקטארן: ווען עס געשעט א קאטאסטראפע, קענען אפליקאנטן זיין פארוואונדלעך צו פאלשע הויז אינספעקטארן וואס שטעלן זיך פאר צו רעפרעזענטירן FEMA  איבערצוקוקן דעם שאדן. הייסט זיך ווייזן דעם אינספעקטארס אידנטיפיקאציע אפצייכן. אלע FEMA פערסאנאל און קאנטראקטארן וועלן האבן אן אפיציעלע  לאמינירטע פאטא אידנטיפיקאציע. הויז אינספעקטארן האבן יעדן אפליקאנטס ניין-ציפערדיגע FEMA רעגיסטראציע נומער.  פעלד אינספעקטארן קענען נןצן אנדערע סארטן קאמוניקאציע מעטאדן זיך צו פארבינדן מיט אפליקאנטן. אינספעקטארן קענען רופן פון רעגירונג-ארויסגעגעבענע טעלעפאנען אדער פערזענלעכע מאבילע טעלעפאנען כדי אפליקאנטן זאלן קענען גערופן ווערן פון אנדערע ראיאנקאודס. אינספעקטארן קענען אויך אנקומען ביי קאמוניקירן דורך טעקסטן און אימעילן, נוצנדיג די קאנטאקט אינפארמאציע צוגעשטעלט ביי אפליקאנטן אין זייער FEMA אפליקאציע. אבער אינספעקטארן וועלן קיינמאל נישט בעטן געלט אויסצופילן אן אפליקאציע. עס קען זיך מאכן פאלן ווען א FEMA רעפרעזענטעטיוו מוז אייך רופן צו וועריפיקירן פערזענלעכע דאטא. איר זאלט פארלאנגען א FEMA אידנטיפיקאציע נומער. אויב איר זענט נישט זיכער וועגן דער רופערס אינדנטיטאט אדער איר זענט פארדעכטיגט אויף איינעם וואס זאגט אז ער אדער זי איז א הויז אינספעקטאר געשיקט געווארן פון FEMA, רופט די FEMA הילפליין 800-621-3362 (711/VRS). די ליינס זענען אפן פון 8 צופרי ביז 7 ביי נאכט זיבן טאג א וואך, און טעלעפאניסטן קענען אייך פארבינדן מיט א ספעציאליסט וואס רעדט אייער שפראך. אויב איר נוצט א טראנסמיסיע סערוויס אזוי ווי א ווידעא אריבערטראג סערוויס, א פארשריבענע טעלעפאן סערוויס אדער אנדערע, גיט FEMA דעם נומער פון יענע סערוויס. פאלשע רעגירונג ארבעטער: איר קענט מעגליך ווערן גערופן ביי שווינדלערס וואס שטעלן זיך פאר אלץ קאטאסטראפע ארבעטער וואס זוכן געלט פאר סערוויסעס. פעדעראלע, שטאַטישע און לאקאלע קאטאסטראפע ארבעטער ווענדן זיך נישט נאך אדער נעמען נישט אן געלט. פעדעראלע קאטאסטראפע ארבעטער וועלן אויך נישט צוזאגן א קאטאסטראפע גרענט. פאלשע צדקה-בעטער:  א ליסטע פון פארלעסלעכע צדקות וואס זענען באשטעטיגט ביי דער בעסערע ביזנעס ביוראס חכמה'דיגע געבן פארבינדונג איז צום באקןמען Give.org [http://www.give.org/].  פארברעכערס נוצן אויס איבערלעבערס ווען זיי שיקן פאלשע קאמוניקאציעס דורך אימעיל אדער סאציאלע מעדיע און דורך באשאפן פאלשע וועבזייטלעך ספעציעל אויף צו בעטן נדבות. די פארבינדונג איז מייעץ: ''רופט אייך נישט אפ צו אומגעבעטענע אימעילס. גיט אכטונג פאר אגרעסיווע טעלעמארקעטערס און פאלשע צדקות וואס מאכט א רושם אלץ אמת ווייל זיי נוצן ענלעכע נעמען.'' פאר מער אינפארמאציע ווי אזוי צו פארמיידן געבן נדבות צו פאלשע ארגאניזאציעס, באזוכט דאס פעדעראלע מסחר קאמיסיאנס וועבזייטל אין Scam Alerts [https://usfema-my.sharepoint.com/personal/0376056852_fema_dhs_gov/דאקומענטן/דאקומענטן/00-4615%20ניו%20יארק/4615%20פראדוקטן/פאקט%20בלעטער/שווינדל%20ווארענונגען]. שווינדל ליסטע צו דינגען דירות: דער פעדעראלע האנדל קאמיסיאן האט אימפארמאציע ווי אזוי די שווינדל ליסטע צו דינגען דירות ארבעט. צום ביישפיל, די שווינדלערס ווייסן אז צו טרעפן די ריכטיגע דירה אדער וואקאציע דינגען קען זיין שווערע ארבעט, און ווען מ'טרעפט א מציאה איז עס שווער אדורכצולאזן. לערנט מער פון Rental Listing Scams [https://usfema-my.sharepoint.com/personal/0376056852_fema_dhs_gov/דאקומענטן/דאקומענטן/00-4615%20ניו%20יארק/4615%20פראדוקטן/פאקט%20בלעטער/פאלשע%20דירות%20צו%20דינגען%20ווארענונגען].  זייט געווארענט פון נישט-געלייסענסטע/נישט-אינשורטע קאנטראקטארס: אפט נאך א קאטאסטראפע, טוען זיך איינצעלע פארשטעלן אלץ לעגיטימע קאנטראקטארס. בעט פאר רעקאמענדאציעס, זייט פארזיכטיג וועגן פאראויס געבן געלט, און מאכט זיכער אז זיי זענען לייסענסט און באקומען די געהעריגע ערלויבענישן. איידער איר דינגט א היים-פארבעסערונג קאנטראקטאר  זעט צי דער קאנטראקטאר איז לייסענסט אדער רעגיסטרירט אין אייער קאונטי: * ניו יארק סיטי: https://www1.nyc.gov/site/dca/consumers/check-license.page [https://www1.nyc.gov/site/dca/consumers/check-license.page]    * נאסאו קאונטי: לייסענסינג/רעגיסטראציעס | נאסאו קאונטי, NY - אפיציעלע וועבזייטל (nassaucountyny.gov) [https://www.nassaucountyny.gov/1563/לייסנסינג-רעגיסטראציעס] * סאפאלק קאונטי: https://www.suffolkcountyny.gov/Departments/Consumer-Affairs [https://www.suffolkcountyny.gov/Departments/Consumer-Affairs] *  ראקלענד קאונטי: http://rocklandgov.com/דעפארטמענטס/ קאנסומענט-שיץ-וואג און מאסן/לייסענסט-ביזנעסעס [http://rocklandgov.com/departments/consumer-protection-weights-and-measures/licensed-businesses] * וועסטשעסטער קאונטי: https://consumer.westchestergov.com/trades/find-a-licensed-contractor [https://consumer.westchestergov.com/trades/find-a-licensed-contractor]  אויב איר ווייסט וועגן א שווינדל, צעטרענצלונג, אדער קרומבאניץ, קענט איר באריכטן די טיפן -- 24 שעה א טאג, זיבן טאג א וואך צו דער FEMA  קאטאסטראפע פעלשן האטליין 866-720-5721 אדער אימעיל Disaster@leo.gov.  אויב איר גלויבט אז איר אדער א באליבטער איז געווארן א קרבן פון א שווינדל אדער אידנטיטעט גניבה, גיט עס זאפארט איבער פאר אייער לאקאלע פאליציי אדער דעם שעריפס דעפארטמענט, אדער רופט דעם אפיס פון דעם ניו יארק סטעיט גענעראל-פראקוראר: * קאנסומענט שיץ-האטליין, 800-697-1220. * https://www.ny.gov/agencies/division-consumer-protection * https://dos.ny.gov/פייל-קאנסומענט-טענות [https://dos.ny.gov/file-consumer-complaint]  פאר רעקאמענדאציעס צו ביוראס וואס שטיצן קהילה-ספעציפישע באדארפענישן, קאנטאקט אייער נאענטסטע 211Counts צענטער אין https://www.211nys.org/contact-us. פאר ניו יארק סיטי איינוואוינער, רופט 311. פאר די לעצטע נייעס וועגן ניו יארקס הוריקאן איידע באמיאונגען, באזוכט fema.gov/disaster/4615 [http://www.fema.gov/disaster/4615]. גייט אונדז נאך אין טוויטער twitter.com/femaregion2 [http://www.twitter.com/femaregion2] און www.facebook.com/fema [http://www.facebook.com/fema].